רוי:פרשת התוכחה
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
צוויי פרשיות פון שטראפן אין די תורה ווערן גערופן תוכחה (אדער קללות[1]): אין פרשת בחוקותי[2] און אין פרשת כי תבא[3].
דאס ליינען
ווען מען ליינט די פרשה אום שבת, פירט מען זיך אז איין מענטש קומט ארויף צו ליינען די אלע קללות, ווייל אויב מען וועט זיך אפשטעלן אינמיטן פון זייער ליינען און רופן אן אנדערן מענטש צו קומען צו דער תורה, וועט עס געבן דעם איינדרוק אז זיי האבן זיך אפגעשטעלט אינמיטן ווייל זיי ווילן נישט הערן גאָט'ס תוכחה. אין גמרא און אין מדרש לערנט רבי חייא בר גמדא דעם דין אלס אסמכתא פון פּסוק: "מוּסַר ה' בְּנִי אַל תִּמְאָס, וְאַל תָּקֹץ בְּתוֹכַחְתּוֹ"[4] - אל תעשו קוצים קוצים (שניטן)[5]. אין גמרא ווערט דערפאר געגעבן נאך צוויי סיבות: א. דער וואס איז עולה מאכט ברכות פאר'ן און נאכ'ן ליינען, און הקב"ה וויל נישט ווערן געבענטשט ווען זיינע זין ווערן געשאָלטן מיט צרות. רבי יהושע דסכנין לערנט דאס ארויס פון פסוק[6] עִמּוֹ אָנֹכִי בְצָרָה
[7]. ב. ליינען די תורה דארף זיך אָנהייבן און ענדיגן מיט א גוטע זאך, און אינמיטן ליינען די קללות איז דאָס נישט מעגליך. אויך ביים מעביר סדרה זיין זאל מען זיך נישט אפשטעלן אינדערמיט[8].
ביי ספרדים זאגט דער חכם פאר'ן ליינען די תוכחה "מוסר ה' בני אל תמאס כי את אשר יאהב" וגו'[9]
מ'פירט זיך צו ליינען די קללות מיט א נידריגן שטימע[10].
דער עולה
עס זענען דא וואס פירן זיך נישט אויסצורופן א ספעציפישער מענטש, נאר "יעמוד מי שירצה"[11].
ספר חסידים: די ראשונים פלעגן נישט אויפרופן אן אדם חשוב[12].
אמאל פלעגט מען נישט ווילן עולה זיין וויבאלד מען האט מורא געהאט אז דאס וועט שאטן, בפרט ווען דער בעל קורא איז א תלמיד חכם און אדם חשוב, וויבאלד קללת חכם אפילו על תנאי היא באה[13]. מען פלעגט צומאל קענען ווארטן שעות אז איינער זאל מסכים זיין צו עולה זיין. רבי חיים דער ברודער פון מהר"ל איז זייער בייז אויף דעם און זאגט אז דאס איז א בזיון התורה, און ווי קען זיין אז דער תורה וואס איז חיינו ואורך ימינו זאל זיין א קללה אויף דער וואס מאכט אויף איר א ברכה. די מנהג איז אז ס'איז דא א באשטימטער מענטש וואס איז אייביג עולה. און אויב נישט, זאגט רבי חיים, כל הקודם לעלות הרי זה משובח ויתברך מאדון הברכות. זיין רבי דער מהרש"ל, אויב איז געווען סיי וואספארא אויפהאלטונג, איז ער גלייך צוגעגאנגען עולה זיין[14].
אין טונא-ווערד (Donauwörth) אין בייערן, דייטשלאנד איז אמאל די תורה געבליבן אפן פאר שעות ווען קיינער האט נישט געוואלט עולה זיין, און א זקן האט זיך אנגערופן, איך בין נייגעריג אויב די קהילה גייט נישט חרוב ווערן. די אידן זענען טאקע פארטריבן געווארן אין ט"ו אלול רע"ח, און די ארטיגע קהילה איז חרוב געווארן[14][15][א].
אסאך פירן זיך אז דער בעל קורא איז עולה[16], עס זאל נישט אויסזען ווי ער שעלט דעם מענטש וואס שטייט נעבן אים. עס איז דא א מנהג אז דער חכם איז עולה וויבאלד נאר ער איז פאסיג צו מוכיח זיין[17]. אין טייל פלעצער ליינט מען די תוכחה אן דעם וואס מ'זאל מאכן די ברכות פאר דעם און נאך דעם[18].
רבי ישראל איסרלין פלעגט מאכן א ספעציעלער מי שברך פאר דער וואס האט עולה געווען צו די תוכחה[8].
די צייט
לויט די תקנת עזרא הסופר ווערט פרשת בחוקותי, וואס אַנטהאַלט קללות, געליינט פאר דעם יום־טוב שבועות, כּדי צו מרמז זיין אַז "תכלה שנה וקללותיה"[19][ב]. למעשה איז איינגעפירט נישט צו ליינען די קללות ממש נאנט צו שבועות, נאר אריינהאקן צווישן זיי מיט פרשת במדבר[19.1][21].
רעפערענצן
- ↑ משנה, מגילה ג, ו
- ↑ ויקרא כו
- ↑ דברים כח
- ↑ משלי ג, יא
- ↑ מגילה לא, ב; תלמוד ירושלמי, מסכת מגילה, פרק ג', הלכה ז'
- ↑ תהלים צא, טו
- ↑ דברים רבה, פרשה ד', פסקה א'
- ↑ 8.0 8.1 רבי יוסף ברבי משה, לקט יושר, בערלין, תרס"ג, עמ' נה
- ↑ מגן אברהם, אורח חיים, סימן תכ"ח, סעיף קטן ח' אין נאמען פון כנסת הגדולה
- ↑ קיצור שולחן ערוך, סימן עח, סעיף ד
- ↑ מנהגי מהרי"ל, עמ תנד; רמ"א, סימן תכ"ח, סעיף ו': "נוהגין שלא לקרות אחד בשמו לעלות, אלא קורין מי שירצה"
- ↑ ספר חסידים, סי' תשסו
- ↑ מכות יא, א
- ↑ 14.0 14.1 רבי חיים ברבי בצלאל, ספר החיים, ירושלים: שפתי צדיקים, תשנג, ח"א ספר זכיות, פ"ז (פארלאנגט אומזיסטע רעגיסטראַציע)
- ↑ מקור חיים, סימן קמ"ו, סעיף ב', ד"ה אסור לספר
- ↑ משנה ברורה, סימן תכ"ח, סעיף קטן י"ז
- ↑ כנסת הגדולה, סי תכח בהגהות ב"י
- ↑ לוח דבר בעתו אין נאמען פון מנהג וויזשניץ
- ↑ מגילה לא, ב
- ↑ משנה, ראש השנה א, ב
- ↑ משנה תורה לרמב"ם, ספר אהבה, הלכות תפילה וברכת כהנים, פרק י"ג, הלכה ב'; שולחן ערוך, אורח חיים, סימן תכ"ח, סעיף ד'.