רוי:עשו

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
עשו

עשו איז דער עלטסטער זון פון יצחק אבינו און רבקה. אין חומש בראשית כ"ה ווערט דערציילט, אז רבקה האָט געבוירן אַ צווילינג עשו און יעקב, און אז עשו איז געווען "איש שדה יודע ציד", אַ פעלד מענטש, וואָס האָט זיך פאַרנומען מיט יאַכט, פאַנג, און יעקב איז געווען דער "איש תם יושב אהלים", וואָס איז געזעסן אין געצעלט. עשו איז געווען דער בכור, נאָר יעקב האָט ביי אים אָפּגעקויפט די בכורה פאַר אַ נזיד עדשים, געקעכטס פון לינזן.

אין חומש בראשית ווערט אויך דערציילט, ווי יצחק, וועלכער איז שוין געווען בלינד, האָט געוואָלט בענטשן עשון, נאָר יעקב האָט זיך פאַרשטעלט פאַר עשו און באַקומען פון יצחק די ברכה. יעקב אויס מורא פאַר עשו איז אַנטלאָפן, ווען יעקב איז צוריקגעקומען איז אים עשו אַנטקייגנ־געגאַנגען, און יעקב האָט מורא געהאַט, אז עשו וועט אים און זיין פאמיליע אומברענגען. אָבער עשו האָט אים אויפגענומען ברידערלעך, זיך געקושט מיט אים, און דעמאָלט האָבן זיי זיך צעשיידט (בראשית קאַפּיטלעך כ"ה – ל"ג). עשו האָט זיך באַזעצט אין שעיר, אין לאַנד אדום. לויט אַ שפּעטערער מסורה (סוטה י"ג) איז עשו געהרגעט געוואָרן דורך חושים בן דן, און לויט אַן אַנדערער מסורה. דורך יהודה (ירושלמי גטין ה'.)

עשו פּונקט ווי אדום, איז געוואָרן דער סימבאָל פון יעדן ניט־ייד, און באַזונדערס פון רוים. אויף דעם פּסוק אין חומש "והידים ידי עשו" זאָגט די גמרא אין גטין נ"ד, אַז דאָס מיינט מען דעם רוימישן קייסער אדרינוס, וועלכער האָט פאַרניכטעט ארץ־ישראל.

זעט אויך

Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!