רוי:עמנואל רינגלבלום

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
עמנואל רינגלבלום

עמנואל רינגלבלום (Emanuel Ringelblum;‏ 21סטן נאוועמבער 1900 בוטשאטש, עסטרייך-אונגארן7טן מערץ 1944 ווארשע, פוילן) איז געווען א יידיש-פוילישער היסטאריקער, פאליטיקער און סאציאל ארבעטער, באקאנט דורך זיינע ביכער "רשימות פון דער ווארשעווער געטא", "רשימות וועגן די פליטים אין זבאנזשין", און מערסטנס צוליב דעם אונטערגרונט רינגלבלום ארכיוו פון דער ווארשעווער געטא.

רינגלבלום האט פארברענגט ס'מערהייט פון זיינע יארן אין ווארשע, ביי דער צווייטער וועלט מלחמה, איז ער געווען אין דער ווארשעווער געטא, נאכן אויפשטאנד איז ער פארטריבן געווארן קיין טראווניקי, פון וואנעט מען האט אים ארויסגעשווערצט, צוריק קיין ווארשע, זיך באהאלטנדיק אויף דער ארישער זייט, ביז מען האט אים געכאפט מיט זיין פאמיליע, און ער איז אומגעקומען מערץ 1944.

ער איז געווען א היסטאריקער אין ווארשאווער אוניווערסיטעט, פאר אידישער היסטאריע אין פוילן, און זייענדיק א היסטאריקער, האט ער געפילט די וויכטיגקייט, פונעם אויפשטעלן אן ארכיוו אין דער געטא. דאס אויפשטעלן דעם ארכיוו איז געווען פארבינדן מיט איינשטעלן דאס לעבן, דערפאר האט מען עס געגעבן דעם געהיימען נאמען עונג שבת, שרייבנדיק פון אלע שטאנדפונקטן, פון די פאליטישע פארטייען, פון רעליגיעזע אידן ביז אסימילאטארן, האט ער געשריבן מיט זיינע פריינט.

אין די דריי אין א האלב יאר, וואס די געטא איז געשטאנען, האט ער באוויזן צאמצושטעלן דריי דיקע ביכער, מורא האבנדיק אז נאציס וועלן לייגן א האנט אויף זיין ארבעט, האט ער באהאלטן זיין מייסטערווערק, אויף פארשידענע ערטער ארום דער געטא, נאכן קריג זענען צוויי פון די דריי ארכיוון געפונען געווארן, די דריטע האט מען ביז היינט נישט געפונען.

זיין ארבעט איז די בעסטע אין באשרייבן דאס לעבן אין דער געטא, וואס קומט פון אינעווייניק, און נעמט ארום אלע שיכטן, און קרייזן אין דער געטא.

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!