רוי:מרדכי געבירטיג

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

Mordkhe Gebirtig portrait.jpg

מרדכי געבירטיג (4טן מאי 1877 - 4טן יוני 1942) איז געווען אַ דיכטער אויף דער ייִדישער שפּראַך. ער האָט געשריבן אַ סך באַקאַנטע לידער ווי "אונזער שטעטל ברענט" און "הוליעט הוליעט קינדערלעך". אין 1942 איז ער דערשאָסן געוואָרן פון די נאַציס אין קראָקע.

ער איז געווען א בונדיסט.

לעבנס געשיכטע

מרדכי (מאַרקוס) געבירטיק איז געבאָרן געוואָרן אין שטאָט קראָקע וואָס אין גאַליציע, וועלכע האָט אין יעניקע צייטן גענאָסן פון אַ געוויסער מאָס אַווטאָנאָמיע אין דעם עסטרייך־אונגאַרישע אימפּעריע. זיינע עלטערן זענען געווען יצחק און שפרה בערטיג. קינדווייז האָט ער געלערנט אין אַ חדר, אָבער צו צען יאָר איז ער אָפּגעשיקט געוואָרן אַרבעטן אַלס אַ לערן־אינגל ביי אַ סטאָליער. אין יאָר 1901 האָט ער שוין געאַרבעט פאַר זיך. נאָכן חתונה האָבן אין 1909 איז ער ניט צוריק צו סטאָליעריי, נאָר ער האָט געאַרבעט ביז דער צווייטער וועלט־מלחמה ביי זיין ברודער לעאָן.

אין 1905 איז ער געווען טעטיק אין טעאַטער, און ער האָט געשפּילט הויפּט ראָליעס אין דער קראָקאָווער אידישער טעאַטער. אברהם רייזען האָט עם צוגעגליכן צום גרעסטן אידישן אַקטיאָר אין יענער צייט – שילדקרויט. עס איז מעגליך אַז ער האָט אַליין באַאַרבעט די פּיעסען וועלכע מ'האָט געשפּילט.

אין 1909 האָט ער חתונה געהאַט מיט בלומקע לינדענבאַום. צום פּאָרל זענען געבאָרן פיר טעכטער: שיפקע (1910), חוה (1914), לולאַ (1916) – אַלע דריי אומגעקומען אין חורבן – און אַ פערטע טאָכטער וואָס איז אַוועק צו אָנדערהאַלבן יאָר.

געבירטיק איז געווען אַ מיטגליד פון דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג און דאָס שפּיגלט זיך אָפּ אין טייל פון זיינע לידער, ווי צום ביישפּיל "אין פאַבריק", "גענעראַל־שטרייק", "אַרבעטלאָזע מאַרש". ער האָט געליטן פון אַ האַרץ קרענק און האָט זי באַשריבן אין זיין ליד "שוין פולע זעקס וואָכן" וואו ער שילדערט דעם ליגן זיינעם אין שפּיטאָל נאָך אַ האַרץ אַטאַקע, ווי אויך אין אַנדערע לידער ווי צום ביישפּיל "מיין האַרץ איז פול מיט שרעק", "אַ הייסע טרער" און אַנדערע.

געבירטיג איז אומגעבראַכט געוואָרן דורך אַ נאַצישן סאָלדאַט בשעת זיי האָבן געהאַלטן אין מיטן אויסטרייבן 6,000 אידן פון דער קראָקאָווער געטאָ צום פאַרניכטונגס־לאַגער בעלזשעץ אויפן ניינצנסטען אין סיון תש"ב.

דערויסענדע לינקס

דער ארטיקל בנוגע אידן איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!