רוי:מנחם מענדל (בוך)
מנחם מענדל איז א בוך, געשריבן געווארן דורכן גרויסן שריפט שטעלער און שרייבער, שלום עליכם, געשריבן געווארן צווישן די יארן 1913-1892, אבער איז ערשט ערשינען אין א בוך אין 1909. אין דער היינט (צייטונג), איז ערשינען אין 1913, פינף און פערציג בריוו, וואס פון זיי באשטייט די געשיכטע פון מנחם מענדל.
ווען ער האט עס איבערגעדרוקט אין א צווייטער אויפלאגע אין יאר ה'תר"ע, האט ער אסאך בריוו שטארק פארקירצט און א סך בריוולעך גאר ארויסגעווארפן - וואו ער זעלבסט שרייבט אין דער הקדמה דאטירט נערווי (איטאליע) ערב חנוכה תר"ע.
געשיכטע
דער העלד אין דער געשיכטע איז א איד, וואס זיין נאמען איז מנחם מענדל. ער האנדלט איבער א וועלט, בעת זיין ווייב זיצט אין אנאטעווקע, און ער שיקט בריוו כסדר, צו זיין ווייב, און זיין ווייב שיקט צוריק. ער ארבעט אין אדעס, יעהופעץ, ווארשע, ניו יארק, און ער פארנעמט זיך מיט אלערליי ארבעט, ווי שטענדיק זעצט ער אן, און פון זיין ארבעט לאזט זיך אויס א בוידעם, מיט דעם אלעם גיט ער נישט אויף, און ער גייט אן ווייטער, מיט זוכן אנדער ארבעט.
דאס בוך (אין צווייטער אויפלאגע) איז צוטיילט אין זעקס קאפיטלעך:
- לאנדאן (אדעסער בערזע), געשריבן אין יאר 1892.
- פאפירלעך (יעהופעצער בערזע), געשריבן אין יאר 1896.
- מיליאָנען (סוחרים, מעקלערס און "שפּעגעלאַנטען), געשריבן אין יארן 1899-1900.
- א בכבוד'ע פרנסה (מנחם-מענדל - א שרייבער), געשריבן אין יארן 1903-1909.
- עס פידלט נישט (מנחם-מענדל - א שדכן), געשריבן אין יארן 1900-1909.
- שלים-שלים-מזל (מנחם-מענדל - אן אגענט), געשריבן אין יארן 1900-1909.
דרויסנדיגע לינקס
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!