רוי:ישיבת עץ חיים (בעלגיע)

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ישיבת עץ חיים איז די שטאטישע ישיבה פון דער "מחזיקי הדת" קהילה אין אנטווערפן, און איז אונטער דער פירערשאפט פון דעם ראש ישיבה הרב חיים אריה שפיטץ. די ישיבה געפינט זיך היינט אין ווילרייק.

א גרויסער חלק פון די אנטווערפענער שטאטסלייט שיקן די זין אין דער ישיבה עץ חיים, און די ישיבה ציילט זיך געוויינליך ביי ארום 120 ביז 150 בחורים אין די עלטער פון פופצן ביז אכצן יעריגע, מערסטנס דערפון אנטווערפענער און א קליין טייל פון אנדערע אייראפעאישע לענדער ווי ענגלאנד, עסטרייך, און אונגארן.

היסטאריע

די ישיבה האט זיך געעפנט נאך פאר דעם חורבן אייראפע און האט זיך צוערשט סטאנציאנירט אינעם שטעטל היידע אין בעלגיע, שפעטערע יארן האט זי זיך געפונען א וויילע אינעם דארף קאפעלן, וואו דארט איז געווען דער ראש ישיבה הרב רבי יצחק דוב קאפלמאן, דער שפעטערדיגער ראש ישיבה אין לוצערן, און ערשט ארום 20 יאר נאך די מלחמה האט זי זיך באזעצט אין ווילרייק.

די ראשי ישיבות אין ווילרייק זענען רבי יהודה טרעגער, רבי אליעזר פרייפעלד און היינט רבי חיים אריה שפיטץ. צווישן אנדערע בארימטע פערזענליכקייטן וועלכע האבן מרביץ תורה געווען אין ישיבת עץ חיים איז הרב יצחק טוביה ווייס רב פון עדה החרדית אין ירושלים.

די ישיבה געפינט זיך אינעם שטילן געגנט ווילרייק וועלכע איז א חלק פון דער שטאט אנטווערפן, הארט נעבן דעם איינקויף צענטער פון שטאט. כעמט יעדע רבי אדער חשובע פערזענליכקייט וואס קימט קיין אנטווערפען קימט באזיכן די ישובה.

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!