רוי:טשערנאביל

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
טשערנאביל געגנט. גענומען פון דער רוסישער "מיר" ספייס סטאנציע אין 1997. טשערנאביל סאטעליט מאפע

טשערנאביל (אוקראיניש: Чорнобиль, רוסיש: Чернобыль) איז אמאל געווען א שטאט אין קיעווער אבלאסט, צפון אוקראינע, נישט ווייט פונעם גרעניץ מיט בעלארוס. צוליב דעם אומגליק מיטן קראפט פלאנט אין 1986 קענען מענטשן נישט וואוינען אין טשערנאביל. טשערנאביל איז ווייט 22 ק"מ צפון פון הארנסטייפל, 57 ק"מ דרום פון בראהין און 95 ק"מ צפון-מערב פון קיעוו. 51°16′N, 30°13′E

די שטאט איז געגרינדעט אין 1193. אין יאר תר"ס האבן געוואוינט אין טשערנאביל 5,526 אידן.[1]

אום 1566 איז טשערנאביל געגעבן געווארן צו פילאן קמיטאַ, א קאפיטאן אין דער פוילישער קעניגליכער קאוואלעריע.[2]

הרה"צ רבי מנחם נחום טווערסקי האט אויפגעשטעלט א הויף אין טשערנאביל אין די ה'ת"ק יארן.

אין אנהייב תרס"ו זענען געווען גרויסע פאגראמען און נאכאמאל אין ניסן תרע"ט זענען אסאך אידן געהרג'עט דורך די רוסישע נאציאנאליסן די שווארצע הונדערטער. אין תר"פ האט דער רבי'שער הויף פארלאזט טשערנאביל.

צווישן די יארן 1941-44 האבן די דייטשן אויסגעהרגעט די גאנצע יידישע געמיינדע פון טשערנאביל.[2]

אין יאר תשמ"ו האט פאסירט די היסטארישע קאטאסטראפע אין טשערנאביל, וואס האט געהאט גאר ווייטע און טיפע נאכווייען, ווען א פאטאלער שעדליכער נוקלעארער באזע האט עקספלאדירט, און האט פאר'סמ'ט די אטמעספערע פינעם גאנצען שטאט טשערנאביל מיט גאר הויכע נוקלעארע רעדיעשן. דער אינצידענט האט פלוצינג אויסגעבראכן 1 אזייגער פארטאגס, ווען די איינוואוינער פון שטאט זענען געשלאפן, 2 ארבייטער זענען אויפן ארט אומגעקומען, צענליגע מענטשן זענען שפעטער אומגעקומען, און 100'טער מענטשן האבן געליטן קראנקייטן אין נאכווייען צענליגע יארן שפעטער. אלע איינוואוינער פון טשערנאביל זענען אויפן ארט עוועקואירט געווארן, א טאג שפעטער איז דער נעבנדיגן שטאט פּריפּיאַט אויך עוועקאירט געווארן. ביזן היינטיגן טאג, 25 יאר שפעטער, וואוינט קיינער אינעם שטאט פריפיאט, צוליב די שעדליכע אטמעספערע וואס איז נאך געבליבן דארט, און דער שטאט טשערנאביל וואוינען געציילטע פאמיליעס.


רעפערענצן


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!