רוי:טערמאדינאמיק

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

טערמאדינאַמיק איז א צווייג פון פיזיק וואס שטודירט ווי היץ באוועגט זיך פון איין אביעקט צו א צווייטן. אויך שטודירט עס די ענדערונג פון דרוק און פארנעם פון אביעקטן, און ווי היץ ווערט פארוואנדלט אין אנדערע סארטן ענערגיע.

טערמאדינאמיק האט זיך אנטוויקלט כדי צו שטודירן די עפעקטיווקייט פון מאטארן פון דעם 18טן יארהונדערט ביזן 20סטן יארהונדערט.

עס זענען פאראן פיר געזעצן פון טערמאדינאמיק. דער ערשטער געזעץ זאגט אז היץ קען אריבערגיין צווישן פיזישע סיסטעמען. דער צווייטער געזעץ זאגט אז א פיזישע סיסטעם האט ענטראפיע, וואס באגרעניצט וויפיל טערמא־דינאמישע ארבעט איז פאראן אין דער סיסטעם צו שאפן היץ.

א וויכטיגער באגריף אין טערמאדינאמיק איז "טערמא־דינאמיש גלייכגעוויכט".

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!