רוי:חיים גראדע

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
חיים גראדע אין 1929

חיים גראַדע (4טן אפריל, 1910, ווילנע - 26סטן יוני, 1982, ניו–יאָרק) איז געווען איינער פון די אָנגעזעענסטע שרייבער אויף ייִדיש פונעם צוואַנציגסטן יאָרהונדערט.

ביאגראפיע

חיים גראדע איז געבוירן געווארן אין ווילנע, רוסלענדישע אימפעריע, היינט ליטע דעם 4טן אפריל 1910. ער איז געווען דער זון פון שלמה מרדכי גראַדע, אַ מלמד פון העברעאיש און א משכיל.

אַלס קינד אין ווילנע האָט ער געלערנט ביים חזון איש. געלערנט צווישן אַנדערע אין ביאַליסטאָקער מוסרישיבה אויפן נאווהארדאקער סטיל, די דאָזיגע ערפאַרונג זיינע האָט אים געדינט אַלס אינספּיראַציע שפּעטער ביים שרייבן די באַרימטע ביכער.

ער האָט אויך טיילווייז געלערנט אין וועלטליכע שולן און ווי אַן אויטאָדידאַקט.

צו 22 יאָר אַוועק פון ישיבה און אָנגעהויבן שרייבן לידער (ערשטע פּובליקירטע לידער אין דער צייטונג "ווילנער טאָג" אין 1932). ער איז אַריינגענומען געוואָרן אין דער גרופּע יונג ווילנע, פון וועלכער ער איז — צוזאַמען מיט אַברהם סוצקעווער — דער פּראָמינענטסטער פאָרשטייער. זיין ערשט לידערבוך, "יאָ", איז דערשינען אין ווילנע אין 1936.

נאָכן אָנפאַל פון נאַצישן דייטשלאַנד אויף ליטע, בעת דער צווייטער וועלט–מלחמה, אין יוני 1941, איז גראַדע געראָטן צו אַנטלויפן אין ראַטן–פאַרבאַנד, וואוּ ער האָט זיך אויפגעהאַלטן ביז 1946. דערנאָך געוואוינט אַ האַלב יאָר אין פוילן און אַ יאָר אין פאַריז, ביז ער האָט אין 1948 זיך באַזעצט אין ניו–יאָרק.

ביבליאגראפיע

די עגונה, ראמאן, 1961

דרויסנדיגע לינקס

דער פרייער מוסרניק שרייבער און פאעט חיים גראדע

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!