רוי:ווילדער איבערפאל אויפן קעפיטאל געביידע

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

מיטוואך דעם 6טן יאנואר, 2021, איז א טאג וואס ווערט אריינגיין אין די היסטאריע ביכער מיט טונקעלע פארבן, ווען טויזנטער צולאזטע מענטשן, שטיצער פונעם אמעריקאנער פרעזידענט האבן געשטורעמט דעם קעפיטאל געביידע אין וואשינגטאן די.סי., און אנגעמאכט שאדנס, אין א פארזוך צו שטערן דאס באשטימען דזשאו ביידען, אלס דעם קומענדיגן פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן.

דער ווילדער איבערפאל האט אויך געקאסט פינף מענטשליכע לעבנס, אריינגערעכנט איין פאליציאנט, וועלכער איז ווילדערהייט דערמארדעט געווארן דורך די צעווילדעוועטע מאסן.

דער איבערפאל האט געפירט אז פילע פאליטיקאנטן פון ביידע פאליטישע פארטייען זאלן רופן פאר דאנעלד טראמפ'ס אימפיטשמענט.

הינטערגרונט

מיטוואך, יאנואר 6, 2021, איז געווען גאר א היציגער טאג, וואס האט זיך שוין עכט אנגעהויבן סאך פריער. ווען גראד נאך די 2020 פרעזידענטליכע וואלן אין די פאראייניגטע שטאטן, האט דער אמטירנדער פרעזידענט, דאנעלד טראמפ, אנטזאגט פון אנערקענען זיין פארלוסט, און אנשטאט דעם זיך אנגעהאנגען אין לעכערליכע טענות אז מען האט גע'גנב'עט די וואלן פון אים, און דזשאו ביידען האט געוואונען שלא ביושר.

זיין קאמפיין האט אריינגעגעבן צענדליגע אנקלאגעס אין געריכט, אבער זיי זענען אלע אפגעווארפן געווארן, וויבאלד עס נישט געווען קיין שום קראנטע באווייזן אז מען האט גע'גנב'עט די וואלן.

מיטוואך, יאנואר 6, האט דער וויצע פּרעזידענט מייק פענס, זיך צוזאם געזעצט פאר א געמיינזאמע סעסיע פון ביידע הייזער, אינאיינעם מיט אלע הונדערטער קאנגרעס מיטגלידער און אלע סענאט מיטגלידער, צו ציילן די עלעקטארעל שטימען פון די פארלאפענע נאוועמבער וואלן, און באשטעטיגן די וואל רעזאלטאטן, ביידען אלס פרעזידענט און קאמעלע העריס אלס וויצע פרעזידענט.

דער איבערפאל

פון גאנץ פרי אינעם טאג האבן מאסן שטיצער פונעם פרעזידענט זיך אנגעהויבן פארזאמלען אין וואשינגטאן די סי, פארענט פונעם ווייסן הויז, צו א גרויסארטיגן ראלי, מיט'ן באטייליגונג פונעם פרעזידענט, אויסצודרוקן זייער אויפברויז און טענות איבער די וואלן רעזולטאטן, וואס זיי האלטן אז טראמפּ איז דער לעגיטימער געווינער, נאר מ'האט עס אוועקגערויבט פון אים.

די מאסן זענען געקומען קיין וואשינגטאן אויף דער גוטהייסונג און רוף פון פּרעזידענט טראמפּ זעלבסט, וועלכער האט אין די טעג בעפאר דעם געשריבן אויף טוויטער אז ער וויל זען זיינע אלע שטיצער אין וואשינגטאן אין דעם טאג, און ער האט געזאגט אז "עס גייט זיין ווילד". טראמפּ האט געזאגט אז דער ציל פון די פּראטעסטן וועלן זיין צו לייגן דרוק אויף סענאט און קאנגרעס איבערצודרייען די רעזולטאטן פון די וואלן און אים דערקלערן אלס געווינער.

עס זענען געהערט געווארן רעדעס פון פילע טראמפּ פיגורן, אריינגערעכנט רודי זשוליאני און דעם פּרעזידענט'ס קינדער, און דער פּרעזידענט אליינס איז ארויסגעקומען געבן א רעדע. נאכ'ן רעדע האבן טויזנטער זיך א לאז געטאן צום קאפיטאל געביידע, מיט דעם ציל פון שטערן ציילן די עלעקטאר אפשטימונג.

2021 storming of the United States Capitol 14.jpg

עס האט נישט גענומען לאנג און פון א געווענליכן ראלי האט אויסגעבראכן א פולשטענדיגן ראיאט, ווען די אנגעהיצטע מאסן באוואפנט מיט פענער, שטעקנס און וואס עס איז זיי נאר אונטערגעקומען די האנט, האבן זיך א לאז געטאן צו די זיכערהייט באריקאדעס וועלכע האבן פארשטעלט דעם וועג צום קעפיטאל.

די קעפיטאל פאליציי אפיצירן האבן פרובירט צו שטעלן א העפטיגן ווידערשטאנד, אבער זיי זענען געווען צו א קליינע צאל קעגן אזא גרויסער עולם.

די צעיושטע מאסן זענען געקראכן אויף די דרויסנדיגע ווענט, און אויך גענוצט די האלב-געפארטיגטע איינשווערונג פּאדיום, צו קענען אנקומען נאענט צום קעפּיטאל און זיך פּרובירן איינברעכן. ווען דער צושטאנד איז ערנסטער געווארן, האבן די קעפּיטאל פאליציי עוואקואירט און אויסגעליידיגט דעם גרויסן זאל וואו וויצע פּרעזידענט פענס, די סענאטארן און קאנגרעסלייט זענען געווען אנוועזנד, און זיי זענען אלע געפירט געווארן צו פארזיכערטע צימערן אין דער געביידע.

די ראיאטירער האבן אויסגעשאסן פענסטערס און צעבראכן טירן, ערלויבנדיג די מאסן זיך אריינצובאקומען אינעווייניג. די צעיושעטע אטאקירער האבן זיך א לאז געטאן צום הויפּט-זאל, וואו עמיצער האט זיך געשטעלט אויפ'ן פּאדיום וואו סעקונדעס פריער איז דער וויצע פּרעזידענט געזעסן, און יענער האט געשריגן פּרא-טראמפּ סלאגאנען אויפ'ן מיקראפאן.

עס זענען געווען דראמאטישע סצענעס וואס די אויגן האבן נישט געקענט פּראצעסירן אז דאס פּאסירט ווירקליך אין אמעריקע'ס הויפּטשטאט, אריינגערעכנט וואו איין פּראטעסטירער האט זיך אריינגעזעצט און באקוועם געמאכט אינעם אפיס פון קאנגרעס ספּיקער פּעלאסי, א צווייט בילד וויאזוי עמיצער האט אוועקגעשלעפּט פּעלאסי'ס פּאדיום, נאך א בילד וויאזוי עמיצער הענגט פונעם קאנגרעס זאל באלקאן, און שאקירנדע רעקארדירטע סצענעס וויאזוי די פּאליציי קען זיך נישט אן עצה געבן.

אינמיטן דעם טומל און כאאס איז א פרוי דערשאסן געווארן דורך די פּאליציי, און זי איז שפּעטער אומגעקומען פון אירע וואונדן.

דער מעיאר פון וואשינגטאן די.סי. האט געשיקט א ביטע צום ווייסן הויז אז מען זאל זאפארט אקטיוויזירן די נעשאנעל גארד, אבער פּרעזידענט טראמפּ האט איגנארירט די ביטע. אנשטאט זענען אריינגעקומען באוואפנטע עף.בי.איי. סוואט אגענטן און אויך אפיצירן פון אנדערע פעדעראלע אגענטורן. שפּעטער האט דער פּענטאגאן פירער אינאיינעם מיט וויצע פּרעזידענט פענס, אויסקרויזנדיג טראמפּ, באשטעטיגט אריינצוברענגען די נעשאנעל גארד און ברענגען די כאאס אונטער קאנטראל.

אינמיטן דעם טומל איז אויך אנטדעקט געווארן פייפ-באמבעס ביי די דעמאקראטישע און רעפובליקאנער הויפטקווארטירן. די פאליציי באמבע-סקוואד האט דאס שנעל אומשעדליך געמאכט.

בערך פינף דרייסיג נאכמיטאג איז דער קעפיטאל דערקלערט געווארן פארזיכערט, ווען די פילע אגענטן און אפיצירן האבן באוויזן אויסצוליידיגן די גאנצע געביידע פון אלע ראיאטירער.

מען האט באלד געהערט פון קאנגרעס און סענאט פירער אז מען וועט זיך צוריקזעצן גלייך צו די פּראצעדורן פון באשטעטיגן די עלעקטארעל קאלעדזש רעזולטאטן, און שפּעטער אויפדערנאכט האט דאס טאקע פּאסירט.

Tear Gas outside United States Capitol 20210106.jpg

מארד פון פאליציאנט

אינמיטן דעם ווילדן איבערפאל האבן מאסן צעווילדעוועטע באטייליגטע צושלאגן אומשולדיגע פאליציי אפיצירן, רעפארטער און מידיע לייט. אין איין פאל האבן א גרופע כוליגאנעס אראפגעשלעפט אן אפיציר די טרעפ, אים צושלאגן און געהאקט אין קאפ מיט א 'פייער עקסטינוויזשער'. דער אפיציר האט געליטן קריטישע וואונדן און איז שפעטער אומגעקומען פון דעם איבערפאל.

סך הכל פונעם טאג זענען 60 פאליציי אפיצירן פארוואונדעט געווארן, אריינגערעכנט 15 וועלכע האבן געדארפט אריינגעפירט ווערן אין שפיטאל.

US Capitol evening of 2021 storming of the United States Capitol by Tina Smith 01.jpg

נאכווייען

מיטוואך אווענט אין רעזולטאט פונעם טראמפּ-אנגעדרייטן קעפּיטאל אינוואזיע, האבן עטליכע ווייסע הויז באאמטע רעזיגנירט, אריינגערעכנט סאושעל סעקרעטאר ריקי ניסעטא און דעפּיוטי פּרעסע סעקרעטאר סערע מעטיוס, און אויך א הויכראנגיגע געהילף פון פּרעזידענט טראמפּ'ס  פרוי, מילאניע טראמפ.

סענאט מינאריטעט פירער טשאק שומער און קאנגרעס ספּיקער פּעלאוסי האבן אינאיינעם געזאגט, אז זיי אפּעלירן אפיציעל צום פעדעראלן קאבינעט זיך צוזאמצוזעצן און אקטיוויזירן די 25'סטע אמענדמענט פון דער אמעריקאנער קאנסטיטוציע, אז טראמפּ קען מער נישט דינען אלס פּרעזידענט. דער אמענדמענט ערלויבט א קאבינעט צו באזייטיגן דעם פּרעזידענט פון אמט און אריינשטעלן דעם וויצע פּרעזידענט צייטווייליג, אויב זעען זיי אז דער פּרעזידענט איז גייסטיש נישט סטאביל אנצוגיין מיט די אויפגאבן פון דינען אלס פּרעזידענט. עטליכע דעמאקראטישע קאנגרעסלייט האבן געשיקט בריוון צום קאבינעט דערוועגן.

אויסער דעם האבן דעמאקראטן אונטערגענומען א נייע אימפּיטשמענט פּראצעדור קעגן טראמפּ. זיי זאגן אז מען קען ארויסשטעלן קלארע קלאגעס קעגן דעם פּרעזידענט פאר'ן אנדרייען א ראיאט קעגן דעם קעפּיטאל, מיט זיינע נאכאנאנדע רעדעס, סטעיטמענטס און טוויטער מעסעדזשעס איבער די עלעקשאן רעזולטאטן.

אין א באזונדערע אנטוויקלונג, איז ארויפגעשטעלט געווארן א פולקאמע סאושעל מידיא בלאקאדע אויף פּרעזידענט טראמפּ, ווען טוויטער, אינסטעגראם און פעיסבוק האבן אלע אפּגעשפּארט זיינע קאנטעס, זאגנדיג אז זיי טוען דאס דירעקט אין רעאקציע צו די קעפּיטאל ראיאטן.

פילע באטייליגטע ביים ראיאט זענען אין די נאכפאלגנדע טעג ארעסטירט געווארן דורך די עף.בי.איי.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!