רוי:ווארצל
א ווארצל איז אן ארגאן פון העכערע פלאנצן (נישט ביי מאך און אלגען, וואס האבן ניט קיינע ווארצלען) וואס זופט אריין וואסער און מינעראלן פון דער ערד אין די פלאנץ. די ווארצל האט ניט קיין גרינעם קאליר ווי אנדערע טיילען פון דער פלאנץ. ווארצלען האבן פארשיידענע צורות. זיי קענען זיין הענגענדיק אין דער לופט ווי ביים פיקוס בוים, זיי קענען זיין דאר אדער גראב און קענען שפייכערען צוקער און פארב אין זיך, ווי ביי די מערעלעך.
ס'זענען פאראן צוויי סארטן ווארצלען:
- פלאנצן וואס האבן איין גרויסער ווארצל, און קליינע ווארצלען וואקסן פון אים. אפטמאל באניצט דער מענטש אזוינע ווארצלען פאר שפייז, ווי זיסע קארטאפל (Ipomoea batatas), מייערן, רעטעך, כריין, ברוקווע, סעלערי און קאסאווא (Manihot esculentus). צוקער ריבן זענען אויך צוקער-האלטיגע ווארצלען.
- פלאנצן וואס האבן נאר קליינע ווארצלען.
עטליכע פלאנצן טיילן קוקן אויס ווי ווארצלען, אבער זענען עס נישט, ווייל זיי קענען פראדוצירן כלאראפיל, וואס שטאמט פון איבערערדיגע ארגאנען. אזוי איז די קארטאפל ניט קיין ווארצל, און אויך ניט דער קאלראבי.
באטאניק | ||
---|---|---|
צווייגן פון באטאניק | ||
פלאנצן | ||
פלאנץ טיילן | ||
פלאנץ צעלן |
| |
פלאנצן רעפראדוקציע | ||
פלאנצן טאקסאנאמיע | ||
גלאסארן | ||
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!