רוי:דרייעק

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דרייעק ABC

דרייעק (דריי-עק) איז א פּאָליגאָן מיט 3 ריפּן וואס האט דריי עקן.

טעארעטיש איז דער באטרעף פון דער גאנצער דרייעק 180 גראד.

די לענגסטע זייט פון א דרייעק איז קעגן איבער דעם גרעסטן ווינקל, און די קלענסטע זייט איז קעגן איבער דעם קלענסטן ווינקל.

באזונדערע דרייעקן

גראד-ווינקל דרייעק

אין א גראד-ווינקל דרייעק קען מען דעפינירן די טריגאנאמעטרישע פונקציעס סינוס (ענגליש: "Sine", דייטש/לאטיין: "Sinus"), קאסינוס (ענגליש: "Cosine", דייטש: "Kosinus", לאטיין: "Cosinus") און טאנגענס (ענגליש: "Tangent", דייטש/לאטיין: "Tangens") דער סינוס פון א ווינקל איז די טיילצאל צווישן די לענגן פון דער זייט קעגן איבער דעם געזאגטעם ווינקל און דער היפאטענוז. דער קאסינוס פון א ווינקל איז די טיילצאל צווישן די לענג פון דער שכיינישער זייט (וואס איז צווישן דעם געזאגטעם ווינקל און דער 90 גראד ווינקל) און דער היפאטענוז. דער טאנגענס פון א ווינקל איז די טיילצאל צווישן די לענג פון דער זייט קעגן איבער דעם ווינקל און דער שכיינישער זייט.

די אינווערס פונקציעס פון סינוס, קאסינוס און טאנגענס זענען ארקוססינוס (ענגליש: "arcsine", דייטש: "Arkussinus"), ארקוסקאסינוס (ענגליש: "arccosine", דייטש: "Arkuskosinus") און ארקוסטאנגענס (ענגליש: "arctangent", דייטש: "Arkustangens")

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!