רוי:דריידל

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
א האלצענע דריידל

א דריידל (וועסט-יידיש: טרענדל) איז א טראדיציאנעל שפיל פון חנוכה.

א דריידל איז א פירקאנטיגער קעסטל וואס ווערט שיף פון אונטן. עס האט אן אנכאפער פון אויבן מיט וואס מען דרייט עס, און עס דרייט זיך אויף דעם אונטערשטן שפיץ. אויף די פיר זייטן שטייען פיר אותיות, נ, ג, ה, ש - די אפטייטש איז: נישט, גאנץ, האלב, שטעל. אויך זאגט מען אז דאס איז מרמז: נס גדול היה שם - א גרויסער נס איז דארט געשען, דאס גייט ארויף אויף דעם נס פון דער מנורה אין די צייטן פון די חשמונאים.

דאס שפיל גייט אז יעדער לייגט אריין געלט אין דער באנק און מען דרייט דאס דריידל פון אויבן און מען לאזט עס דרייען ביז עס פאלט אראפ אויף איינעם פון די אותיות אדער קען מען דאס אפשטעלן אינמיטן דרייען. און די פיר אותיות פרעזענטירן דאס שפיל. נון מיינט נישט אז דו קענסט נישט נעמען און דארפסט נישט געבן, גימל מיינט גאנץ אז דו קענסט נעמען די גאנצע באנק, הא מיינט האלב אז דו קענסט נעמען א האלבע באנק, שין מיינט שטעלן אז דו מוזסט אריינשטעלן אין באנק און דו קענסט איבערגיין מיטן דריידל ביז דריי מאל.

אן אנדער פארשפרייטער ווערסיע איז אז נון מיינט נעם אז דו קענסט נעמען די גאנצע באנק, , גימל מיינט געב, אז דו דארפסט געבן איינס פאר'ן באנק, הא מיינט האלט אז דו קענסט נישט נעמען און דארפסט נישט געבן, און שין מיינט שטעלן אז דו מוזסט אריינשטעלן אין באנק און דו קענסט איבערגיין מיטן דריידל ביז דריי מאל. און אזוי לויטעט אויך דאס חנוכה-לידל "דריידל דריידל פאל שוין אויפ'ן נון".


דער מנהג צו שפילן דריידל אין חנוכה ווערט געברענגט אין ספרים, אויך די חסידישע רבי'ס האבן געשפילט דערין, עס ווערט דערמאנט אין ספר בני יששכר, און אין ספר שיחות הר"ן סימן מ'.

דער פארשפרייטער טעם צום מנהג, איז אז מיט דעם האבן זיך די קינדער געשפילט אין די צייטן פון די יונים, וועלכע האבן נישט געלאזט לערנען תורה און מען האט געמוזט לערנען באהאלטענערהייט און ווען די יונים זענען געקומען האבן זיי זיך געמאכט ווי זיי שפילן דריידל. דער טעם ווערט צוערשט געברענגט דורך הירשאוויץ אין אוצר כל מנהגי ישורון, בשם הגרע"ז קרעלענשטיין.

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. העלפט איבערשרייבן!