רוי:מיגעל דע סערוואנטעס
מיגעל דע סערוואַנטעס סאַוועדראַ (שפּאַניש: Miguel de Cervantes Saavedra; 29סטן סעפטעמבער 1547 - 23סטן אפריל 1616) איז געווען א שפאנישער ראמאניסט, דיכטער און דראמאטורג. ער האט געשריבן דעם בוך "דאן קיכאט" און ווערט פאררעכנט איינער פון די גרעסטע שרייבער אויף שפאניש.
דעם 12טן דעצעמבער 1584 האט ער געהייראט קאטאלינע דע סאלאזאר.
אין 1605 האט ער פארענפטליכטעט דעם ערשטן טייל פון זיין בוך "דאן קיכאטע", און אין 1615 דעם צווייטן טייל.
דאן קיכאט
דאָן קיכאָטע אדער דאָן קישאָט (שפאניש: Don Quijote) איז א ראמאן פון דע סערוואנטעס. דער פולער נאמען איז El Ingenioso Hidalgo Don Quijote de la Mancha (אויף אידיש: "דער גאונישער אדלמאן דאן קיכאטע פון לא-מאנשא"), און איז באקאנט אויפן נאמען פון זיין העלד, דאן קיכאטע. ער ווערט פאררעכנט דער ערשטער אייראפעישער ראמאן. ער איז פארעפנטליכט געווארן אין צוויי בענדער, דער ערשטער אין 1605 און דער צווייטער אין 1615.
זעט אויך
דרויסנדיגע לינקס
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!