רוי:גרעניץ

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

א גרעניץ איז אן אויסגעצייכענטער ליניע וועלכע טיילט אפ די טעריטאריע צווישן שטעט און לענדער.


גרעניץ קאנטראל

ווען א גרעניץ טיילט אפ צוויי לענדער וועט געווענליך דארט זיין אינסטאלירט א וואך סיסטעם דורך די צוויי לענדער וואס גרעניצן זיך. צו קענען דורכגיין א גרעניץ דארפן ציווילע ווייזן אידענטיטעט און פרעמדע וועלן דארפן האבן א וויזע צו קענען באזוכן יענע לאנד. גרעניץ קאנטראל איז אנדערש אין פארשידענע ערטער אין דער וועלט. אין אייראפע זענען אלע גרעניצן אין די אי־יו לענדער אפן איינע צום צווייטן אן קיין שום קאנטראל. אין די קאמוניסטישע לענדער איז פאראן א שטרענגע קאנטראל ווער עס קומט אין גייט און ביי רוב מאדערנע לענדער איז עס געוואנדן פון וואנעט מען קומט.

גרעניצן ווערן קאנטראלירט דורך א ספעציעלער אגענטור, די צאל אגענטור, וואס איז פאראנטווארטליכט פאר אלעס וואס גייט אריין און ארויס פון לאנד. זיי אינספעקטירן אלע פראדוקטן און סחורה וואס קומט אריין אויס מורא פאר דראגס אדער שעדליכע כעמיקאלן. אלעס וואס גייט ארויס ווערט אויך קאנטראלירט צו מאכן זיכער אז קיינער שמוגעלט נישט ארויס וואפן וואס איז פארבאטן צו פארקויפן צו אנדערע לענדער.

דאס זעלבע איז מיט מענטשן. זיי קוקן נאך יעדן מענטש וואס גייט אריין אדער ארויס. זיי פרעגן אויס יעדן עטליכע פראגעס, באטראכטן שריפטן, און צומאל עפענען זיי רענצלעך און האבן געוויסע סימנים וועמען צו לייגן אויף א גרונטליכער פארהער. זיי זענען פאראנטווארטליכט אז קיין שום פארברעכער זאל זיך נישט קענען ארויסכאפן פון לאנד און אז קיין שום קראנקע, פארברעכערישע, אדער אומלעגאלע אימיגראנט זאל זיך נישט קענען אריינבאקומען אין לאנד.

די צאל אגענטור האלט אן אויג און קאנטראלירט די גרעניצן אויף דער ערד, אין די לופטן, און אויפ'ן וואסער. אויף דער ערד האבן זיי ספעציעלע ראדארן און ווידעאָ־קאַמערעס וואס האלטן א וואכזאם אויג לענגאויס אלע גרעניצן. ביי די גרעניץ פונקטן האבן זיי קליינע געביידעס וואו זיי שטודירן אלע אינפארמאציע און גיבן אלע סערוויסעס וואס אבלאנגט צו די קאסטומס. זיי נוצן אויך ריזיגע עקסרעי מאשינען אין די לופטפעלדער און אסאך הונטלעך וועלכע זענען טרענירט צו שמעקן דראגס אדער אלקהאל.

די לופטן און וואסערן ווערן קאנטראלירט דורך גאר פארגעשריטענע ראדארן וועלכע כאפן אויף יעדע קליינע פליגער אדער שיפל. א שיף אדער פליגער וואס ווערט נישט אינדענטיפיצירט ווערט באלד געצווינגען צו לאנדן אדער אפשטעלן דורך די אגענטור'ס העליקאפטערס און שיפן.

ווען מיר פארן אדורך די גרעניצן זען מיר געווענליך איינפאכע זיכערהייט וועכטער וועלכע פרעגן די עטליכע פראגעס. די אגענטור פארמאגט אבער פיל מער פארגעשריטענע וועכטער ווי דאס וועלכע מען נוצט ווען עס פעלט זיך וויכטיג אויס. אויסער דעם האבן זיי טויזנטער קלוגע אפיצירן וועלכע שטודירן און האלטן חשבון אויף קאמפיוטערס פון אלע אינפארמאציע.

היסטאריע

דאס ווארט "גרעניץ" באזיצט א גאר פראמינענט מקום אין דעם אינטערנאציאנעלן דיקשאנערי. איר דיקע היסטאריע איז פיל עלטער ווי דער עלטסטער היסטאריע בוך; זי איז פילייכט אזוי אלט ווי עצם "היסטאריע". דער גרעניץ איז אן אקטיווער אנדרייער. א הויפט מחותן מיט עת מלחמה און א כיטערער בוזעם פריינט מיט מי יעשר, א שותף מיט עת לשנוא און אן ארכי-פיינט פון עת שלום.

דער גבול איז זייער הייקעל. א ריק מיטן בענדל האט געקענט באדייטן א 180-דעגרי דריי צווישן מי יחי' און מי ... ווי עס זאגט עדות כלל ישראל'ס בלוטיגסטע קאפיטל היסטאריע, נעמליך דער חורבן איירופע מיט קנאפע 75 יאר צוריק.

אין 1941, האט נאצי דייטשלאנד'ס 'אפעראציע בארבאראסא' געשטורעמט דעם אינגן גרעניץ צווישן דייטש-פוילן און רוסלאנד-פוילן, און העפטיג אראינגלאפירט אין מערב סאוויעט-רוסלאנד. אין די זעלבע צייט, האבן די בלאנדע בני המן געשלאסן א קשר רשעים מיט די פינסטערע אוקריינע און ליטווישע רוצחים און אנדערע לאקאלע אנטיסעמיטן, און פארמירט די מערדערישע עס עס 'איינזאצגרופען'. באוואפענט מיט ביקסן און אנגעטרונקען מיט קרוסעיד'ישע שיכרות, זענען די צוויי-פוסיגע חיות געגאנגען פון שטאט צו שטאט און דארף צו דארף און אריינגעשאסן אין אייגן-געגראבענע גריבער כל אשר יקרא בשם יהודי – טאטעס, מאמעס, זיידעס, באבעס און אור אייניקלעך, הי"ד.‏ אנדערע זענען אומגעברענגט געווארן במיתת סקילה ושריפה אין די אומצאליגע פאגראמען;‎ במיתת חנק דורך די קארבאן מאנאקסייד גאז וואגאנען, דער פארגייער פון די טרויעריגע גאז קאמערן אין פוילן; ווי אויך הונגער, מחלות, ושאר מיתות משונות רח"ל. רובו ככולו פונעם אידענטום אין אקופירטע-אוקריינע, בעלארוס, פוילן, ליטע, לאטוויע און ארום זענען דערמארדעט געווארן אין יענע שווערע תקופה. דער איבערגעלאזטער חלל איז אומבאשרייבליך. אין פילע מקומות איז אפילו דער טרויעריגע מליצה 'אחד בעיר ושתים במשפחה' אן אויער-פארטויבנדע גוזמה. ה' ינקם דמם!

ווען היטלער ימ"ש האט אנגעפאנגען שפרייטן זיינע בלוטיגע פליגלען און איירופע אין די ערשטע יארן פונעם פונעם דריטער רייך, האט אונגארן זיך הארציג צוגעשטעלט צום פאשיסטישן אקס – קודם עקאנאמיש, און שפעטער ביים קריג, מיליטעריש. אלץ שכר פאר די ווארימע באציאונגען, איז אונגארן שטאפלווייז צוגעטיילט געווארן גרויסע שטחים וואס זענען אוועקגענומען געווארן באונס ובכפי' פון שכנות'דיגע מדינות. דער גרעסטער מתנה איז געווען אין 1940 ווען צפון טראנסילוואניע (זיבענבערגען), וואס איז ביז דאן געווען אונטער ראמעניע, איז אריבער אונטער אונגארישע בעלות. דער רעזולטאט פונעם גרעניץ טויש איז געווען אז א חלק גדול פון די אידישע קהילות אין צפון-מערב ראמעניע (קלויזענבורג, סיגוט, סאטמאר, די ווישעוועס, דעעש, ועוד ועוד) האבן זיך פון איין טאג אויפן צווייטן געפונען בגבולי הונגריה.‏‎ (א חלק פון די קארפאטן (מונקאטש, חוסט און ארום) זענען אריבער פון סלאוואקיע צו אונגארן אין א באזונדערע טויש א פאר יאר בעפאר.)

מתחילה האט זיך ביי פילע געדאכט אז די טויש איז א שטיקל ישועה. ראמעניע, און צוגאב צו איר עניות און עקאנאמישע צוריקגעשטאנענקייט, איז אין יענע תקופה געווען זייער אנטיסעמיטיש, און פילע האבן זיך געבענקט מיט נאוויטעטישע נאסטאלאגיע צו די אמאליגע רעלאטיוו-בעסערע צייטן ווען טראנסילוואניע איז געווען אונטער די עסטרייך-אונגארן מלוכה.

די ביטערע אנטוישונג האט אבער נישט געשפעטיגט צו קומען. אין די קומענדיגע חדשים און יארן האבן די אונגארישע רשעים געשפיגן גזירה נאך גזירה, אנגעזייענדיג דערביי טעראר און שרעק ביי די אידישע באפעלקערונג. טויזענטער ארבייט-פעהיגע מענער און בחורים זענען אוועקעריסן געווערן פון זייערע ווארעמע שטובער און איינגעריקט געווארן אין מיליטערישע צוואנגס-ארבעט (מונקא-טאבאר), איבערלאזענדיג אינדערהיים הונגעריגע לעבעדיגע אלמנות ויתומים און פארביטערטע עלטערן‏ און געשוויסטער. א גרויס חלק זענען ליידער קיינמאל נישט צוריקגעקומען.‏

די אונגארישע רעגירונג האט ארויסגעגעבן א דעקרעט אז אלע אידן מוזן פריש איבערווייזן זיייער בירגערשאפט. אזוי פרי ווי זומער 1941 - קנאפע 3 יאר בעפאר אונגארן איז פארשיקט געווארן קיין אוישוויץ - זענען טויזענטער אידן וואס האבן נישט געהאט אדער נישט געקענט איבערווייזן אונגארישע שריפטן פארכאפט געווארן און דעפארטירט געווארן קיין אוקריינע. רובם ככולם פון די אומגליקליכע זענען נעבעך אויסגעשאסן געווארן דורך די דייטשן, הי"ד. אזוי זענע די צרות און רדיפות כסדר געוואקסן, ואין לך יום שאין קללתו מרובה מחברו.‏

דער הויכפונקט פונעם חורבן אין אונגארן איז אנגעקומען אין פרילינג 1944, סוף קריג ווען היטלער ימ"ש האט דערשמעקט אז אונגארן וויל פארהאנדלען מיט די אליאירטע. כ"ד אדר תש"ד האבן די בלוטיגע שטיוול פונעם טייוול גענצליך אקיופירט אונגארן; זיי האבן איבערגענומען בודאפעסט און תיכף איינגעשטעלט א פולשטענדיגע נאצישע ווירטשאפט. מיט די אקטיווע הילף פון די דזשאנדארן און לאקאלע מאדיארן, האבן די דייטשע מלאכי חבלה אין א קורצע תקופה פון אונטער צוויי ‏חדשים‏ דעפאטירט און ליקווידירט רוב פון די אידן וואס האבן זיך דאן געפונען אין די אויסגעברייטערטע אונגארישע גרעניצן. פון די הונדערטער שטעט און ישובים וואס זענען דעפאטירט געווארן, זענען ארום 90% אומגעקומען עקד"ה אין די גאז קאמערן, קאנצאטראציע לאגערן, און טויט מארשן. לבי לבי על חלליהם! נקום נקמת דם עבדיך השפוך!‏

דער שיקזאל פון די אידישער באפעלקערונג אין דעם חלק וואס איז געבליבן אויף די ראמענישע זייט פונעם פרישן גרעניץ, איז באשטאנען פון צוויי פארקערטע עקסטרעמען: נאכן אויבערדערמאנטן גרעניץ טויש, האט בוקארקעסט געזוכט צו חנפ'נען דעם דייטש מיט די האפענונג צוריקצובאקומען א חלק פון די פארלוירענע שטחים. מען האט אראפגעווארפן דעם מלך קארל און געשטעלט אלץ נשיא דעם פאשיסטישער המן אנטאנעסקו ימ"ש, א וויסטער שונא ישראל און א הייסער ראמענישער ראסיסט. אין 1941 האט ראמעניע צוגעשטעלט הונדערטער טויזענטער טרופן צום דייטשן אקופאציע אויפן רוסישן פראנט, און אלס א באלוינונג, האט דייטשלאנד אריינגעריקט אונטער ראמעניע קאנטראל פולע פון די פריש-אקופירטע דרום-מערב אוקריינישע שטחים (בעסאראביע, צפון בוקאווינא און ארום). הונדערטער טויזענטער אידן אין יענע געביטן זענען דאן אכזריות'דיג אומגעקומען מיט מיתות משונות – אנגעפירט נישט דורך דייטשלאנט, נאר דורך ראמעניע (מיט די הילף פון די דייטשן און לאקאלע רוצחים, פארשטייט זיך); נישט ווייל היטלער ימ"ש האט באפוילן, נאר ווייל דער אנטיסעמיט אנטאנעסקו ימ"ש האט נישט געברויכט די אידן אין לאנד! הי"ד.‏

די אידן וואס האבן זיך געפונען אין אריגינאל-ראמעניע זענען אויך אויסגעשטאנען ציפקע צרות פון די ראמעניער רשעים; אבער צוליב עקענאמישע סיבות און אנדערע סטראטעגישע חשבונות, האט אנטאנעסקו ימ"ש באשלאסן אז "דערווייל" וועט מען נישט דעפארטירן די אידן. רובו דרובו פון די ראמעניער אידן האבן טאקע אויסגעמיטן דעם האלאקאסט השמדה; "בלויז" בערך 10% זענען אומגעקומען און פארשידענע "קלענערע" אקציעס, הי"ד. אין זומער 1944 איז דער אנטאנעסקו רעגירונג געפאלן, און ראמעניע האט דאן אויסגעדרייט דעם דאטשיק און זיך גענצליך צוגעשטעלט צו די אליאירטע.

קוקענדיג צוריק צו יענע ביטערע תקופה, שיילט זיך ארויס א טרויעריגע פאראדאקסישער סך הכל: די אידן פון צפון ראמעניע וואס זענען אריבערגעשטעלט געווארן צו די גרעניצן פון דעם "באקוועמערן" אונגארן, זענען ליידער רוב פארטיליגט געווארן דורך די פארשאלטענע עס עס. די אוקריינער וואס זענען אריבער אונטער ראמעניע זענען נעבעך אויסגע'שחט'ן געווארן דורך די ראמעניער – וויסטע רוצחים, קיין האר ווייניגער ווי די דייטשן. ווידעראום, די וואס זענען געזעצן אין אלט-ראמעניע – ‏צווישן די זעלבע ראמעניער רשעים‏‏ –‏ זענען מער-ווייניגער געבליבן וואוינען אין זייערע שטעט, ווי א וואקעלדיג שיף אין הארץ פון דעם בלוטיגן אייראפעאישן ים. נסתרים דרכי ה'!‏

גרעניצן פון געוויסע לענדער

אז איר וועט דורכבלעטערן אייער אטלאס וועט איר באמערקן אז אלע מדינות (חוץ פון די וואס זענען גענצליך ארומגענומען מיט ים) באזיצן מערערע גרעניצן. צום ביישפיל: די פאראייניגטע שטאטן פארמאגט צוויי אקינות גרעניצן – דער אטלאנטיק אויף מזרח און דער פאסיפיק אויף מערב, און צוויי לאנד גרעניצן ‏–‏ דער אומגעבויטע כותל אויף דרום און דער הייוועי קיין טאהש אויף צפון.‏

מדינת ישראל גרעניצט מיט עזה, מצרים, ירדן, מערב ברעג, לבנון, סיריע און דער מיטללענדישע ים. אוסטראליע, מאדאגאסקאר און קובא פארמאגן נישט קיין לאנד גרעניץ; זיי פאר זיך זענען זעלבסטשטענדיג אינזלען. ליביע האט 7 גרעניצן, כולל דעם ים הגדול ברעג. דער שלאנקער טשילע, 3 לאנד גרעניצן און דער פאסיפיק אויף מערב‎. יאפאן, סרי לאנקא און הייטי - אלע אינזלען - קיין איין לאנד גרעניץ‏, בלויז ים.

אונגארן כהיום מיט די צוריקגעשטעלטע גרעניצן, באזיצט גבולים מיט 7 מדינות: ראמעניע‏, אוקריינע, סלאוואקיע, עסטרייך, סלאוואניע, קראאטיע, און סערביא. ביים גרעניץ‏ מיט קראאטיע לויפט דער 'דראווא ריווער', א 700 ק"מ טייך וואס פליסט אין דרום צענטראל-איירופע. ביים גרעניץ מיט ראמעניע לויפן די מאראסטיגע טריט פון מיין זיידע און באבע. נאכן גרויסן חורבן האבן זיי טראץ די שווערע נסיונות זיך אנגעגארטלט מיט אמונה פשוטה, און מיט מסירת נפש אויפגעבויט זייער שטוב ע"ד ישראל סבא. אין 1951 האבן זיי צוליב די קאמוניסטישע רדיפות אין ראמעניע געהויבן פיס, און מיט די הילף פון באצאלטע שמוגלער זענען זיי בעז"ה אנטלאפן קיין אונגארן כחצות הלילה מיט חצי נשמה אין דער האנט. דערנאך האט מען געוואנדערט קיין עסטרייך, איסט סייד, פען סטריט, און בקרוב ממש קיין ירושלים עיה"ק תותבב"א.

קנאפע 5 יאר שפעטער, אין די אונגארישע 1956 רעוואלוציע, האט דער השגחה פרטית אראפגעברענגט דעם אייזענעם גרעניץ פאר א וויילע, און טויזענטער מאחב"י זענען בעז"ה ארויס מאפילת קאמוניזם לאור אמעריקע, בראזיל, ארץ ישראל, קאנאדא, ענגלאנד, ועוד. יצ"ו.

רוסלאנד איז שוין א שטיקל גרעניץ אדיקט. אין צוגאב צו דער פאסיפיק אויף מזרח און דער ארקטיק און אנדערע טייכן אויף צפון, גרעניצט זיך דער וואדקע-בער מיט 14 שכנים: קים דזשאנג-אן, כינע, ‏מאנגאליע, קאזאקסטאן, אזערביזשאן, גרוזיע, אוקריינע, בעלארוס, פוילן, ליטע, לאטוויע, עסטאניע, פינלאנד, און נארוועגיע.

דער דאזיגע כלל עקסעזטירט ביי אלע נאציאנען און ראיאנען וואס פיגורירן אויף דעם יו ען לענדער ליסטע, מיטן אויסנאם פון איין מדינה. דער אפריקאנער לעסאטא איז די איינציגסטע לאנד אויף די מאפע וואס זיצט נישט ביים ים בארטן – ער איז ארומגענומען מיט יבשה מכל הצדדים, און פארט פארמאגט ער נאר איין גרעניץ, דער גרעניץ מיט דרום אפריקע. אין אנדערע ווערטער, די גאנצע לעסאטא איז גענצליך איינגעשפארט אין דרום אפריקע, כאילו דרום אפריקע איז דער זעמל און לעסאטא איז דער לאך.

(אגב. ווי אויבן ערווענט, געפונען זיך נאך צוויי חצי-לענדער וואס זיצן אין אן אנדערע לאנד. די צוויי זענען וואטיקאן סיטי, וואס באשטייט פון א פאר געסלעך אין רוים הבירה; און סען מארינא. ביידע שטעט זענען א חלק פון איטאליע, אבער פירן א זעלבסשטענדיגע רעגירונג ווירטשאפט.)

דרויסנדיגע לינקס

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!