רוי:גאנצע ליקוי חמה פון אויגוסט 21, 2017
(אַריבערגעפירט פון רוי:גאנצע ליקוי חמה פונעם 21סטן אויגוסט 2017)
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
די גאנצע ליקוי חמה פונעם 21סטן אויגוסט 2017 (כ"ט אב תשע"ז) איז א גאנצע ליקוי חמה ווען די זון איז געווען אינגאנצן באדעקט במשך 2:41 מינוט. דאס איז די 22סטע ליקוי פון סה"כ 77 אין דער 145סטער סאראס סעריע. די ליקוי איז געווען זעבאר בעיקר אין די פאראייניגטע שטאטן.
די גאנצע ליקוי איז געווען זעבאר אין א שמאלן קארידאר פון ארעגאן אין מערב ביז דרום קאראליינע אין מזרח.
די גאנצע ליקוי האט אנגעהויבן 16:48:32 (לויט UTC) און האט געענדיגט 20:01:35 UTC. די שפיץ לענגסטע ליקוי (2:41 מינוט) האט פאסירט 18:26:40.
דאס איז די ערשטע ליקוי חמה וואס איז געווען גאנץ נאר אין די פאראייניגטע שטאטן זייט דער גרינדונג פונעם לאנד אין 1776.
דרויסנדיגע לינקס
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!