רוי:בעל (אפגאט)

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון רוי:בעל)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

בעל איז א נאמען פון אפגאט, וואס איז געווען איינגעפירט ביי א רייע אלטע סעמיטישע פעלקער אין דער צייט פון תנ"ך אין לענדער בשכנות פון ארץ ישראל. אין בבל איז דער אפגאט גערופן געווארן אביסל פארקירצט, "בֵּל".

עס זענען געווען פרואון איינצופירן די בעל-דינסט אויך ביי אידן אין ארץ ישראל. אין דער צייט פון אחאב מלך ישראל איז פארגעקומען דער גרויסער קאמף צווישן אליהו הנביא און די דינער פון בעל, וועלכע זענען געשטיצט געווארן דורך דער קעניגין איזבל[1]; דערנאך ווערט דערציילט[2] ווי אליהו'ס תלמיד אלישע האט דורכגעפירט די רעוואלוציע קעגן דער אחאב-דינאסטיע און ארויפגעזעצט אויפ'ן טראן יהוא, וועלכער האט געטויט די אלע בעל-דינער, און האט אויסגעראטן דעם בעל-קולט פון מלכות ישראל. אבער אויך שפעטער שטראפן די נביאים (הושע, ירמיהו און אנדערע) א טייל אידן דערפאר וואס זיי דינען צום בעל (אין לשון רבים, "בעלים").

טייל אפגעטער ווערן אנגערופן אין תנ"ך מיטן נאמען בעל און נאך א נאמען, ווי בעל פעור, בעל צפון, בעל זבוב און אנדערע.

עס איז צו באמערקן אז אין טייל אלטע אידישע נעמען פון תנ"ך איז פאראן דאס ווארט בעל, ווי ירובעל, איש בעל און אנדערע. אויך טייל ערטער אין ארץ-ישראל זענען אנגערופן געווארן מיטן בעל אלס נאמען-טייל ווי בעל תמר, בעל חצור און אנדערע.

רעפערענצן

Logo hamichlol yi.png
דער ארטיקל נעמט אריין טעקסט פון דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (פּיעטרושקא), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים. רעכטן פאר טוישונגען בלייבן רעזערווירט.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!