רוי:באריס קאלקער

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

באָריס קאָלקער

באריס קאלקער (רוסיש: Колкер Борис Григорьевич) (געבוירן געווארן דעם 15טן יולי 1939), איז א לערער פון פרעמדע שפּראַכן און א איבערזעצער, עספּעראנטאלאג, מחבר פו דריי לערנביכער פון עספּעראַנטא פאַר פאַרשידענע ניוואען.

ביאָגראפיע

קאָלקער איז געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט טיראספאל, מאָלדאָוויע, ראטן פארבאנד. זיינע עלטערן שטאַמען פון אַ ייִדיש שטעטל באַלטע, אַדעסער געגנט, אוקראַיִנע, און די אורעלטערן - פונעם שטעטל קאָלקי אין צפון-מערב- אוקראַיִנע.


קאָלקער האָט אָנגעהויבן זיך לערנען עספּעראַנטאָ אין 1957. דאָקטאָר פון שפּראַכוויסנשאַפט, פאַרטיידיקט די דיסערטאַציע אויף דער טעמע פון עספּעראַנטאָ. מחבר פון עספּעראַנטאָ-לערנביכער, אַרטיקלען און רעצענזיעס אין געביט פון אינטערלינגוויסטיק. אַ דאַנק גרויסער פּאָפּולערקייט פונעם בוך "אַ נסיעה אין עספּעראַנטאָ-לאַנד" (Vojaĝo en Esperanto-lando) איז ער געוואָרן באַרימט ווי ציצעראָן אין עספּעראַנטאָ-וועלט.

אין 1993 האָט זיך באַזעצט אין די פאראייניגטע שטאַטן. וואוינט אין דער שטאָט קליוולאנד, שטאַט אָהייאָ.

מיטגליד פון דער עספּעראַנטאָ-אַקאַדעמיע. ערן-מיטגליד פון עספּעראַנטאָ-וועלט-פאַראיין (UEA). מיטגליד פון דער אַקאַדעמיע פאַר עספּעראַנטאָ-ליטעראַטור (ALE). מיטרעדאַקטאָר פון אַ חודש-זשורנאַל "Monato". אין משך פון צוויי צענדליק יאָר פירט אָן מיט פילצאָליקע הינטער-אויגיקע קורסן אין רוסלאַנד, וועלכע האָבן פאַרענדיקט אַרום 900 מענטשן. געליינט לעקציעס פון עספּעראַנטאָ אין די אַמעריקאַנער אוניווערזיטעטן פון סאַן-פראַנציסקאָ און האַרטפאָרד.

היינט צו טאָג פירט קאָלקער אָן מיט אינטערנאַציאָנאַלע הינטער-אויגיקע קורסן פון דער העכערער קוואַליפיקאַציע (IPKK).

אין פאַרשידענע צייטן געווען איינער פון די גרינדערס און אָנפירערס פון סאָוועטישער יוגנטליכער עספּעראַנטאָ-באַוועגונג SEJM‏ (Sovetia Esperantista Junulara Movado), פאַרבאַנד פון סאָוועטישע עספּעראַנטיסטן ASE‏ (Asocio de Sovetiaj Esperantisto), עספּעראַנטאָ-פאַרבאַנד פון סאָוועטישע רעפּובליקן SEU‏ (Sovetrespublikara Esperanto Unio), רוסלענדישן פאַראיין פון עספּעראַנטיסטן REU‏ (Rusia Esperantista Unio), מיטגליד פון קאָמיטעט און הויפּט-באַפולמעכטיקטער פון עספּעראַנטאָ-וועלט-פאַראיין (UEA). אויסגעטראָטן מיט באַריכטן אויף אַ סך וועלט-קאָנגרעסן פון עספּעראַנטיסטן (אָנהייבנדיק פון 48סטן קאָנגרעס פון 1963 אין סאָפיע, בולגאַריע), טעמאַטיש קאָאָרדינירט דעם 85סטן קאָנגרעס אין תּל-אַביב.

דיסערטאַציע

לערנביכער


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!