רוי:באר

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
באַר
אייראפעאישער באר צווייג מיט פרוכט
אייראפעאישער באר צווייג מיט פרוכט
וויסנשאַפטליכע קלאַסיפיקאַציע
קעניגרייך: Plantae
אָפטייל: Magnoliophyta
קלאַס: Magnoliopsida
סדר: Rosales
פאַמיליע: Rosaceae
אונטערפאַמיליע: Maloideae
מין: Pyrus
L.
זגאל

בערך 30 זגאלן

א באַר (אדער באַרנע) איז א פרוכט פון א בוים פונעם מין Pyrus.  

דער באר איז קלאציפירט אין Maloideae, אן אונטערפאמיליע פון Rosaceae. דער עפל (Malus domestica) וואס איז ענליך אין בלומענסטרטקור, געהערט אויך צו דער דאזיגער אונטערפאמיליע. אין ביידע פעלער איז די פרוכט צונויפגעשטעלט פון דער כלי פונעם בלומענשטענגל (וואס מען רופט דאס בלומען-בעכערל רערל) שטארק פארגרעסערט, ארומצאמענדיג אין זיין פלייש די פינף כראמסקישע קארפעלן וואס שטעלן צונויף דעם "יאדער" וואס איז באטאניש דער אמתער פרוכט. אנאנדער הויפט קרוב פונעם באר (און במילא פונעם עפל) איז דער קווינץ.

בדיקת תולעים

דער באַר איז ראטזאם צו קאנטראלירן פאר'ן עסן צי ס'איז נישט ווערמיג (תולעים). געווענליך ווען ער איז פריש טרעפט זיך נישט אין אים קיין אינזעקטן (שרצים), אויב אבער מען זעט אויף אים פלעקן פון רויטע פינטלעך איז ראטזאם מען זאל גוט ארומוואשן דאס ארט וואו ס'געפינט זיך דער פלעק.

מצוות התלויות בארץ

דער באַר איז פון די פרוכט וואס וואקסן אין א ברייטן פארנעם אין ארץ ישראל, און מען דארף מיט זיי אויספירן (מקיים) די מצוות וואס זענען אנגעהאנגען ספעציעל פאר דעם לאנד ארץ ישראל (מצוות התלויות בארץ): תרומות, מעשרות, שמיטה.

שמיטה

דער דאטום וואס פאלט אויף דעם באַר די דינים פון שמיטה, הייבט זיך פון חודש אייר פון דעם זיבעטן יאר ביז חודש תמוז פון דעם אכטן יאר. דער ראסע ספדונה און דער ראסע קוסציה געפינען זיך אויף דעם מארק א גאנץ יאר פון די פרידזשידערן, די נייע פרוכט קומען אויף דעם מארק אין חודש תמוז. דער ראסע ג'נטיל איז א פריצייטיגער פרוכט און איז שוין אויף דעם מארק פון חודש אייר.

ערלה

דער באַר געפינט זיך שוין אויף דעם מארק נאך אין זיינע ערשטע דריי יאר, דערפאר דארף מען קאנטראלירן און אויף פאסן פאר מען באנוצט זיך מיט זיי וועגן דעם פראבלעם פון ערלה.

קאנזערווען

אין די פאבריקן ווערט פראדוצירט קאנזערווען קאמפאט פון בארן, די פראדוקציע באשטייט אין אלגעמיין פון אויס סארטירן, רייניגן, שיילן און שניידן אויף קלענערע שטיקלעך דעם באר. צו דעם פרוכט ווערט געווענליך נאר צוגעגעבן וואסער און צוקער און ווערט פארפאקט אין בליכענע פושקעס. פון דעסט אונטוועגן איז ראטזאם (ווי ס'איז מעגליך) זיי צו עסן נאר מיט א פארלעסליכן הכשר, אז ס'איז קאנטראלירט געווארן די אלע האלטבארע ארטיקלען מיט וואס דאס ווערט פארארבייט, ספעציעל אין ארץ ישראל וואו ס'איז פארהאן דער פראבלעם פון מצוות התלויות בארץ.

געטריקענטע פרוכט

פאר דעם טריקענען דארף מען קאנטראלירן דעם באר פון ווערעם און אינזעקטן, און מען דארף אויספירן די מצוות התלויות בארץ. פאר מען גייט זיי עסן דארפן זיי געקאנטראלירט ווערן פון אינזעקטן, און אויך מיט וואס זיי זענען איינגעשמירט געווארן.

זעט אויך

רעפערענצען

  • אנציקלופדיה לכשרות המזון

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!