רוי:אילעין טשאו
אילעין טשאַו (ענגליש: Elaine Chao, געבוירן דעם 26סטן מערץ 1953) איז אן אמעריקאנישע פאליטיקערין. טשאַו איז געווען דער ערשטער אזיאטיש־אמעריקאנער, און די ערשטע טייוואנער אמעריקאנער פרוי, אין די פאראייניגטע שטאטן'ס היסטאריע צו דינען אין א פּרעזידענט'ס קאַבינעט. זי האט געדינט ווי דער 24סטער ארבעט סעקרעטאר אונטער פּרעזידענט דזשארדזש וואלקער בוש פון 2001 ביז 2009, און דער אונטער סעקרעטאר פון טראנספארטאציע אונטער פּרעזידענט דזשארדזש ה. וו. בוש. אום 29סטן פון נאוועמבער 2016, האט פּרעזידענט דאנאלד טראמפ נאמינירט טשאַו צו דינען ווי דער סעקרעטאַר פון טראנספארטאציע.
ביאגראפיע
געבורט און יוגנט
זי איז געבוירן אין טייפּע, טייוואן, דעם 26סטן מערץ 1953, צו עלטערן וואס זענען אַנטלאָפן פון שאנכיי צו דעם אינזל טייוואן אין 1949, אינדערצייט וואס די קאמוניסטישע פארטיי האט איבערגענומען די מאכט ביי דער כינעזישער ברודער-קריג. אין 1961 האט זי זיך אריבערגעצויגן מיט איר מוטער און אינגערע שוועסטער צו די פאראייניגטע שטאַטן, און האט זיך דארט פאראייניגט מיט איר פאָטער וואס האט זיך אריבערגעצויגן דארט דריי יאר בעפאר.
אויסבילדונג
טשאַו איז געגאנגען צו דער סיי סינג עלעמענטאַר־שולע אין טייפּע פאַר קינדערגאַרטען און ערשטער קלאס, און דערנאָך האט זי געלערנט אין דער סיאָסעט הויכשולע אין סיאָסעט, ניו יארק. זי האט באקומען אַן ערשטן דיפלאם אין עקאָנאָמיק פון מאונט האליאק קאלעדזש.
פאמיליע
טשאַו האט אין 1993 געהייראט מיטש מקאנעל פון קענטאקי, וואס איז דער סענאַט מערהייט פירער זינט דעם 3טן יאנואר 2015. און יעצט די מינדהייט פירער זינט 2021.
פריערדיגע טעטיקייטן
איידער זי האט זיך אריינגעלייגט אין פּאָליטיק, איז טשאַו געווען דער וויצע־פּרעזידענט פאַר סינדיקירטע הלוואות אין דער באנק פון אמעריקע קאפיטאל מארק גרופע אין סאן פראנסיסקא, קאליפארניע, און אַן אינטערנאַציאָנאַלער באַנקער ביי סיטיגרופ אין ניו יארק פאַר פיר יאר.
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!