רוי:אביש בראדט
ר' אביש בראדט איז א חסידישער זינגער וועלכער האט שוין ארויסגעגעבן פילצאליגע אלבומען.
ביאגראפיע
ער איז געבוירן אין קראקע, פוילן. היינט צוטאגס וואוינט ער אין לעיקוואוד. ער איז דער אייגנטימער פון דער פאפולערער "אימפיריעל" ריעל עסטעיט פירמע.
ער האלט זיך פאר א סקולענער חסיד. ער איז אן עסקן פאר אגודת ישראל אין אמעריקע.
מוזיק
ער איז א חסידישער בעל מנגן, וועלכער האט ארויסגעגעבן צענדליגער מוזיק אלבומען.
דער זינגען טאלאנט לויפט אין דער בראדט משפחה. ער זינגט, זיין זון אשר זינגט און זיין אייניקל שלום זינגען.
פון זיינע פאפולערסטע פראדוקטן זענען געווען די רגש טעיפס פון ר' שמואל בראזיל, וואס ער האט אראפגעזונגען.
טראץ זיינע זינגען טאלאנט, איז ער מקפיד נישט אויפצוטרעטן ביי עפנטליכע קאנצערטן.
אלבומס
- "ריבונו של עולם"
- "לבקר בהיכלו"
- "מכניסי דמעה"
- "השיבה לי" (ניגוני סקולען)
- "שמחת בית השואבה תשע"ז" (בתולדות אהרן)
- "ברכה משולשת" ניגוני שמואל ברזיל מיט זיין אייניקל שלום
בנוסף הפיק יחד עם אמנים אחרים את הדיסקים:
- "רגש סעריע" (13 אלבומען) מיט ר' שמואל ברזיל
- "אן עונג שבת" מיט יונתן שווארץ
- "קבלת פנים וחופה" מיט יונתן שווארץ
בנוסף השתתף בדיסקים:
- "הטובים שבטובים"
- "סדרת מתיקות"
- "שבת חזק"