מסכת קידושין

פון המכלול
(אַריבערגעפירט פון מסכת קדושין)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
מסכתא פון משניות און גמרא
דף השער של מסכת קידושין מתוך מהדורת ארץ ישראל.jpg
שער בלאט פון מסכת קידושין, ווי געדרוקט אין ירושלים תשנ"ה
סדר: נשים
צאל פון משניות: 47
פרקים: 4
תלמוד בבלי בלעטער: 81
תלמוד ירושלמי בלעטער: 48
תוספתא פרקים: 5

מסכת קִדּוּשִׁין איז די זיבעטע און לעצטע מסכתא אין סדר נשים, דער דריטער סדר אין משניות. די מסכתא באהאנדלט דעם טאט פון קידושין, אדער "אירוסין" בלשון חז"ל - א שטאפל בעפאר די נישואין, ווען דאס פארפאלק איז נאכנישט פארהייראט און זיי זענען אסור איינער צום אנדערן, אבער זיי זענען שוין פארבינדן און ברויכן א גט זיך צו אפטיילן. די מסכתא איז איינגעטיילט אין פיר פרקים, וואס אין זיי 47 משניות.

די מסכתא האט א גמרא אין תלמוד בבלי, וואס אנטהאלט 81 דפים אין די אנגענומענע צורת הדף, און אין תלמוד ירושלמי.

ארט אין סדר נשים

דער רמב"ם ערקלערט[1] אז די מסכת קומט נאך מסכת גיטין, כאטש קידושין מוז פאסירן פריער ווי גיטין, ווייל דאס איז דער סדר דערמאנט אין די תורה[2]: ”כִּי יִקַּח אִישׁ אִשָּׁה וּבְעָלָהּ וְהָיָה אִם לֹא תִמְצָא חֵן בְּעֵינָיו כִּי מָצָא בָהּ עֶרְוַת דָּבָר וְכָתַב לָהּ סֵפֶר כְּרִיתֻת וְנָתַן בְּיָדָהּ וְשִׁלְּחָהּ מִבֵּיתוֹ. וְיָצְאָה מִבֵּיתוֹ וְהָלְכָה וְהָיְתָה לְאִישׁ אַחֵר”, וואס פון אויספיר פון פסוק, "וְהָיְתָה לְאִישׁ-אַחֵר", לערנט מען ארויס דעם פעולה פון קידושין, ווי די גמרא זאגט[3]: "מקיש הויה ליציאה".

רבי מנחם המאירי האט געשטעלט מסכת קידושין אין אנהייב פון סדר נשים, וויבאלד קידושין קומט בעפאר אלע אנדערע עניני אישות[4].

פרקים און אינהאלט

מסכת קידושין פארמאגט פיר פרקים:

  1. האשה נקנית – קידושין ווערט באטראכט ווי א קנין פון א מאן אין זיין פרוי. דער פרק הייבט זיך אן מיט די קנינים מיט וועלכע א מאן קען מקדש זיין א פרוי, און וויאזוי די פרוי קען זיך קונה זיין ארויסצוגיין פון זיין רשות. דאס ווערט נאכגעפאלגט מיט די קנינים פון עבד עברי, אמה עבריה, עבד כנעני, בהמות, גרונטאייגנס און אנדערע חפצים. דער פרק פירט אויס מיט די חילוקים צווישן מענער און פרויען אין זייער חיוב אין געוויסע מצוות, און דרך אגב אויך אזעלכע חילוקים צווישן ארץ ישראל און חוץ לארץ. דער פרק פארמאגט צען משניות[5].
  2. האיש מקדש – דער פרק באהאנדלט קידושין דורך א שליח און קידושי טעות, אויספירנדיג מיט איסורי הנאה וואס מען קען מיט זיי נישט מקדש זיין. דער פרק פארמאגט צען משניות.
  3. האומר – דער פרק רעדט זיך פון קידושין מיט א תנאי, אויסשמועסנדיג די דינים פון תנאי אין אלגעמיין. דאס ווערט נאכגעפאלגט מיט פעלער ווען עס געשעט א ספק אדער מיינונגס פארשידנהייט איבער די קידושין, אדער עס איז אומקלאר וועלכע פרוי איז געווארן מקודשת אדער צו וועמען. עס שליסט זיך מיט די כללים פון יחוס, אריינגערעכנט וועלכע קידושין זענען פארבאטן אדער קענען אינגאנצן נישט צושטאנד קומען. דער פרק פארמאגט דרייצן משניות.
  4. עשרה יוחסין – דער פרק פארברייטערט איבער די הלכות פון יחוס, אריינגערעכנט איבער די באגלייבטקייט פון א מענטש צו פסל'ען זיין קינד און אנדערע ענליכע טענות. עס שליסט זיך מיט די הלכות פון יחוד. דער פרק פארמאגט פערצן משניות.

תלמוד בבלי

מסכת קידושין איז א פאפולערע "ישיבה מסכתא", בארימט צווישן די למדנים פאר אירע טיפע סוגיות[6]. ביי חסידים איז אנגענומען אז לערנען די מסכתא איז מסוגל פאר שידוכים[7]. טייל האבן זיך געפירט צו לערנען די מסכתא, צוזאמען מיט מסכת כתובות, אין יום טוב שבועות[8].

פראמינענטע סוגיות

די מסכתא הייבט זיך אן מיט א שמועס וואס באהאנדלט דעם סטיל און דקדוק פון עטליכע משניות. דאס איז נישט פון די אמוראים, נאר איז שפעטער צוגעלייגט געווארן דורך די סבוראים אדער פריע גאונים[29].

מפרשים

פילע וויכטיגע מפרשים, ראשונים און אחרונים, האבן געשריבן דעטאלירטע חידושי תורה און עיון אויף די מסכתא, מער ווי זיי האבן עס געטון אויף אנדערע מסכתות. דאס נעמט אויך אריין מפרשים וועלכע האבן געשריבן בלויז אויף די מסכתא, ווי שיטה לא נודע למי און עצמות יוסף. אנדערע וויכטיגע מפרשים אויף מסכת קידושין זענען:

אויף מסכת קידושין (ביז דף נח) איז ארויסגעגעבן געווארן דער "אוצר מפרשי התלמוד", א פראיעקט פון מכון ירושלים צו זאמלען די פארשידענע פירושים און חידושים און זיי אפשרייבן אין קורצן אויפן סדר.

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. פירוש המשניות, הקדמה
  2. דברים כד, א–ב
  3. קידושין ה, א
  4. בית הבחירה, אין די פתיחה בעפאר מסכת ברכות און אין אנהייב מסכת קידושין
  5. דער צאל פון משניות אין אלע פרקים לויט ווי געדרוקט אין דפוס ראם, ווילנא תרפ"ט. אין אנדערע דרוקן קען עס זיין אנדערש איינגעטיילט.
  6. עצמות יוסף, אין די הקדמה: "כי היא מסכתא עמוקה, דקה מן הדקה, יש בקרבה אש וגפרית ורוח זלעפות, בדברי הגמרא ורש"י ותוספות, בקושיות והויות, עשר ידות משאר מסכתות".
  7. רבי אברהם שלום האלבערשטאם, "רבינו הקדוש מסטראפקוב - תולדות וסיפורים", דברי שלום, בני ברק תשע"ג, עמוד תע"ט
  8. רבי שמעלקא פון ניקלשבורג און זיין ברודער רבי פנחס הורוויץ, געברענגט אין נטעי גבריאל אויף חג השבועות, עמוד ר"א.
  9. ו, ב
  10. טז, א
  11. יח, ב
  12. כא, ב
  13. כג, ב
  14. כו, א
  15. כז, ב
  16. ל, ב
  17. לב, ב
  18. לג, ב
  19. מא, א
  20. מב, א
  21. מב, ב
  22. מט, ב
  23. נ, ב
  24. נב, א
  25. נז, ב
  26. נט, א
  27. סב, א
  28. סה, ב
  29. אגרת רב שרירא גאון, און אנדערע מקורות געברענגט אין אוצר הגאונים אויף די סוגיא.
  30. בנימין מנשה לווין, אוצר הגאונים ט (קדושין), סוף הקדמה