ווארשע פאקט

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ווארשע פאקט
עמבלעם פון ווארשע פּאקט; עמבלעם אויפשריפט (אויבערשטע טייל): פּאקט פון פרידן און סאציאליזם; אונטערשטע שורה: ווארשע פּאקט
עמבלעם פון ווארשע פּאקט; עמבלעם אויפשריפט (אויבערשטע טייל): פּאקט פון פרידן און סאציאליזם; אונטערשטע שורה: ווארשע פּאקט
חברים
תקופת הפעילות מאי 14 1955יולי 1 1991 (36 יאָרן)
Warsaw Pact in 1990 (orthographic projection).svg
מיטגליד לענדער אין ווארשע פּאקט

די ווארשע פּאקט (רוסיש: Варшавский договор; פאָרמאַל וואַרשעווער אָפּמאַך פון פריינדשאפט, קאָאַפּעראַציע, און קעגנזייטיגע הילף) איז געווען א בונד, שאפנדיג א געמיינזאמע מיליטערישע ארגאניזאציע (ווארשע בונד ארגאניזאציע; WTO) אונטער די פירערשאפט פון די סאוויעטן פארבאנד, אונטערגעשריבן אין ווארשע, פוילן. דער פּאקט איז פארמירט געווארן דורך די סאוויעטן פאראיין און 7 לענדער פון די מזרח-אייראפעאישע בלאק אום מאי 14 1955 אלס טייל פונעם קאלטער קריג, אין ליכט פון די בערלין קריזיס. דער ציל איז געווען אפצוענטפערן און קאנטער-באלאנסירן נאט"א, איבערהויפט דאס באוואפענען און אנשליסן מערב דייטשלאנד אין די נאטא אליאנץ.

אין 1990 איז מזרח דייטשלאנד ארויס פונעם בונד מיט די ווידער-פאראייניגונג פון דייטשלאנד. אום פעברואר 25 1991, נאך די צעברעקלונג פון די קאמוניסטישע בלאק אין די שפעטע אכציגער יארן, האבן די פארטיידיגונגס און אויסערן מיניסטארן פון די זעקס פארבליבענע לענדער אפיציעל אפגעשאפן דעם פּאקט ביי א זיצונג אין אונגארן. די לענדער אנגעשלאסן אינעם סאוויעטן פאראיין האבן קורץ דערויף געשאפן די קאלעקטיווע זיכערהייט בונד ארגאניזאציע (CSTO). אלע איבריגע לענדער פון די קאמוניסטישע בלאק אויסער די פאראיין האבן זיך אנגעשלאסן אין נאטא דורכאויס די קומענדיגע 20 יאר, אריינגערעכנט די באלטישע לענדער.

היסטאריע

דער פרעזידענטליכער פאלאץ אין ווארשע, פוילן, וואו דער ווארשע פאקט איז געווארן געשאפן און אונטערגעשריבן, אין מאי 14, 1955
סאוויעטישע טאנקען, באצייכנט מיט ווייסע קרייצן זיי צו פונאנדערשיידן פון טשעכאסלאוואקישע טאנקען, אויף די גאסן פון פראג אין צייט ווען די פאקט האט אינוואדירט טשעכאסלאוואקיי, 1968

אין מאי 9, 1955, זענען די נאט"א מיטגלידער איינגעגאנגען צו אריינעמען מערב דייטשלאנד אלס מיטגליד אין די אליאנץ געשאפן אין 1949, טראץ אריגינעלע אינערליכע קעגנערשאפט פון טייל אליאירטע. דאס האט אריינגערעכנט אן אונטערנעמונג צו ווידער באוואפענען מערב דייטשלאנד אונטער שטרענגע צוימונגען, נאך וואס גאנץ דייטשלאנד איז געווארן אנטוואפנט נאכפאלגנדיג די צווייטע וועלט מלחמה. דער סאוויעטן פאראיין, זיך פארכטנדיג פון באנייטע מיליטעריזם אין דייטשלאנד, האט צווישן אנדערע אנגעבאטן זיך אנצושליסן אין נאטא, אן אנבאט וואס די פאראייניגטע שטאטן און אנדערע האבן אפגעווארפן[1].

דער סאוויעטן פאראיין, וועלכער האט שוין געהאט קעגנזייטיגע פארטיידיגונגס אפמאכן מיט אלע לענדער אין דער מזרח בלאק פון נאכ'ן צווייטן וועלט קריג, אויסער מזרח דייטשלאנד, האט דאן - אויס מורא און אין פראטעסט פון א פארשטערקערטע נאטא און באוואפנטע דייטשלאנד - געשאפן א געמיינזאמע פּאקט מיט אלע אירע אליאירטע, לויט וועלכע אלע אנגעשלאסענע וועלן פארטיידיגן דעם צווייטן אין פאל פון אטאקע, ערגענצנדיג די פריערדיגע אפמאכן מיט יעדן שטאַט באזונדער, און אויך אריינגענומען דערין מזרח דייטשלאנד און איר שפעטער באוואפנט[2][3].

כאטש דער אפמאך האט געלויטעט אז עס איז געשטעלט נאר צו פארטיידיגן פון דרויסנדיגע געפארן, און אז אקציעס וועלן זיין באזירט אויף געמיינזאמע באשלוסן פון אלע מיטגלידער צוגלייך, האט דער סאוויעטן פאראיין אויסגעניצט דעם בונד צו פארפעסטיגן איר דאמינאנץ איבער אירע סאטעליט שטאַטן[4]; די סאוויעטן האבן אויסגעארבעט האנדלס אפמאכן וואס האבן איר דירעקט בענעפיטירט[5]; די קאמוניסטישע פארטייען אין אלע לענדער זענען געווען אונטער דירעקטע קאנטראל פונעם קרעמלין. די איינציגסטע מיליטערישע אקציעס אויסגעפירט דורך די ווארשע פּאקט זענען געווען אויף צו אונטערדרוקן רעוואלטן אין מיטגליד-לענדער; עס איז קיינמאל אנגעקומען צו א דירעקטע קאנפראנטאציע מיט נאטא, פאר וועלכע דער בונד איז אריגינעל געשאפן געווארן, נאר ביידע זייטן האבן זיך באוואפנט און איינגעפירט פאליסיס צו האלטן די צווייטע אין די ראמען, זיך פארמעסטנדיג בלויז אומדירעקט דורך פראקסי מלחמות[6].

אין נאוועמבער 1956, נאך די אונגארישע רעוואלוציע, האבן די סאוויעטן אינוואדירט אונגארן און אונטערדרוקט דעם רעוואלט מיט סוקסעס, פירנדיג צום טויט פון 2,500 אונגארישע בירגער[7]. אין אויגוסט 1968 האט די ווארשע פאקט אינוואדירט טשעכאסלאוואקיי, א קאלעגע פּאקט מיטגליד, נאך פרייהייט רעפארמען וואס די ארטיגע רעגירונג האט איינגעפירט[8]. אלע פאקט מיטגלידער האבן אנטיילגענומען אין די אינוואזיע, חוץ פון רומעניע און אלבאניע[9]. אין רעאקציע צו די אינוואזיע, האט אלבאניע זיך גענצליך ארויסגעצויגן פונעם בונד.

אין די שפעטע אכציגער יארן האט די ווארשע פּאקט אנגעהויבן אונטערברעכן, צוליב עקאנאמישע פראבלעמען און אלגעמיינע אומצופרידנהייט וועלכע האבן איבערגענומען דעם מזרח בלאק. אין סעפטעמבער 1990 האט מזרח דייטשלאנד איבערגעלאזט דעם בונד אין צוגרייטונג צום פאראייניגונג מיט מערב. טשעכאסלאוואקיע, אונגארן און פוילן האבן זיך אלע ארויסגעצויגן פון סיי וועלכע מיליטערישע איבונגען פונעם בונד בעפאר די ענדע פון נאכפאלגנדן אקטאבער, און האבן סיגנאליזירט זייער ווילן זיך ארויסצוציען פון דער פאקט. אום פעברואר 25 1991, ביי א זיצונג אין אונגארן, איז דער בונד אויפגעלעזט געווארן דורך די אויסערן און פארטיידיגונגס מיניסטארן פון די פּאקט מיטגלידער[10][11]. עס איז פארמאל דערקלערט געווארן "אומעקזיסטירנד" אין יולי 1, ביי א לעצטן סאמיט זיצונג פון ווארשע פאקט פירער אין פראג, טשעכאסלאוואקיי. דער סאוויעטישער פאראיין איז אויפגעלעזט געווארן אינעם נאכפאלגנדן דעצעמבער.

סטרוקטור

די פירערשאפט פונעם פּאקט איז געווען צוויי-פאכיג: א פאליטישע ראַט קאמיטע (PCC) האט פארפיגט איבער די פאליטישע אנגעלעגנהייטן, און די קאמבינירטע פירערשאפט פון די באוואפנטע קרעפטן, הויפטקווארטירט אין ווארשע, האט קאנטראלירט די מיליטערן פון די אנגעשלאסענע לענדער. אין שפיץ פון די מיליטערישע פירערשאפט איז געווען דער הויפט קאמאנדיר פון די פאראייניגטע קרעפטן. דורכאויס איר עקזיסטענץ האבן אלע קאמאנדירן פונעם פּאקט גלייכצייטיג אויך געדינט אלס הויכראנגיגע אפיצירן אין די סאוויעטישע פאראיין, און געווען געשטעלט אויף זייערע פאזיציעס פאר אן אומבאשטימטן טערמין. דער הויפט קאמאנדיר האט גלייכצייטיג געדינט אלס אונטער-פארטיידיגונגס מיניסטער פון די סאוויעטישע פאראיין, און דער שטאַב הויפט פונעם פּאקט איז געווען דער אונטער-שטאב הויפט פון די סאוויעטן. אלע באשלוסן זענען געמאכט געווארן אויסשליסליך דורך די סאוויעטישע פאראיין, און זיך אנשליסן אדער ארויסגיין פונעם פאקט איז אויך געווענליך נישט געווען געוואנדן אין די באשלוס פון די ספעציפישע לאנד אדער פון די אנדערע מיטגלידער.

אין קעגנזאץ, אין נאטא זענען די הויפט פאזיציעס, ווי סעקרעטאר גענעראל, פאר באשטימטע טערמינען, געשטעלט דורך א באשלוס פון אלע מיטגליד לענדער און אריינגעוועלט דורך א קאנצענזוס. אלע באשלוסן אין די נאטא אליאנץ פארלאנגען אן איינשטימיגע באשלוס פון אלע מיטגלידער, אזוי אויך דאס ארייננעמען פרישע מיטגלידער אין די אליאנץ גייט דורך א דעמאקראטישע פראצעדור[12].

די מיליטערישע קראפט פון די ווארשע פּאקט איז באשטאנען פון 300 דיוויזיעס, אסאך מער ווי די פון נאטא. עס זענען אפגעהאלטן געווארן יערליכע מיליטערישע איבונגען צווישן די מיטגלידער.

מיטגלידער און אבזערווירער

מיטגלידער

אבזערווירער

מאנגאליעמאנגאליע מאנגאליע: אום יולי 1963 האט די מאנגאלישע פאלק'ס רעפובליק געבעטן זיך אנצושליסן אינעם בונד. פוילן און רומעניע האבן זיך קעגנגעשטעלט צו ארייננעמען אן אזיאנער לאנד צוליב די כינע-סאוויעטישע שטרייט, און כדי צו האלטן דעם בונד אלס אן אייראפעאישער אליאנץ. רומעניע האט באוויזן עס צו אפשטעלן, און מאנגאליע איז געבליבן מיט אבזערווירער סטאטוס[15]. די סאוויעטן האבן אבער סטאנציאנירט טרופן אין מאנגאליע אין 1966[16].

פון אנפאנג, ביים גרינדונג אין 1955, זענען כינע, צפון קארעא, און צפון וויעטנאם געווען אבזערווירער אינעם פּאקט, אבער דאס האט זיך געענדיגט מיט'ן כינע-סאוויעטישע שטרייט אום 1961[17].

נאטא און ווארשע פאקט: פארגלייכונג פון קרעפטן

נאטא און ווארשע פאקט קרעפטן אין אייראפע

"סאוויעטישע גרויסע זיבן" – אן אנשרעק פלאקאט צייגט די וואפנס אין ווארשע פאקט ארסענאל
דאטא פובליצירט דורך די צוויי אליאנצן (1988–1989)[18]
נאטא שאצונגען ווארשע פאקט
שאצונגען
סארט נאטא ווארשע פאקט נאטא ווארשע פאקט
מאנסקראפט 2,213,593 3,090,000 3,660,200 3,573,100
מיליטערישע לופט קרעפטן 3,977 8,250 7,130 7,876
ס"ה אטאקע לופט קרעפטן NA NA 4,075 2,783
העליקאפטער 2,419 3,700 5,720 2,785
טאקטישע מיסיל ארויסשיסער NA NA 136 1,608
טאנקען 16,424 51,500 30,690 59,470
אנטי טאנק וואפנס 18,240 44,200 18,070 11,465
געפאנצערטע פיסגייער שלאכט מאשינען 4,153 22,400 46,900 70,330
ארטילעריע 14,458 43,400 57,060 71,560
אנדערע געפאנצערטע אויטאס 35,351 71,000
געפאנצערטע בריקן מאשינען 454 2,550
לופט פארטיידיגונג סיסטעמען 10,309 24,400
סובמארינען 200 228
סובמארינען (נוקלעאר געטריבן) 76 80
גרויסע-אויבערפלאך שיפן 499 102
פליגער-טרעגער שיפן 15 2
פליגער-טרעגער שיפן באוואפנט מיט קרוז מיסילס 274 23
אמפיביען לאנדונגס שיפן 84 24

נאכ'ן פּאקט

אויסברייטערונג פון נאטא בעפאר און נאך די צוזאמפאל פון קאמוניזם, איבער צענטראל און מזרח אייראפע

מזרח דייטשלאנד איז געווארן א טייל פון נאטא מיטן פאראייניגונג מיט מערב אין 1990[19]. אום מערץ 12 1999, האבן זיך טשעכיי, אונגארן און פוילן אנגעשלאסן אין נאטא. בולגאריע, עסטאניע, לאטוויע, ליטע, רומעניע און סלאוואקיי האבן זיך אנגעשלאסן אין מערץ 2004; אלבאניע האט זיך אנגעשלאסן אום אפריל 1 2009.

רוסלאנד און די איבריגע שטאַטן פון די סאוויעטן פארבאנד (אויסער די אנעקסירטע באלטישע לענדער), האבן זיך אנגעשלאסן אין די קאלעקטיווע זיכערהייט בונד ארגאניזאציע (CSTO) אין 1992, און אין די שאנכיי פינף ארגאניזאציע אין 1996.

אום נאוועמבער 5 2005, האט די פוילישע רעגירונג געעפנט אירע ווארשע פּאקט ארכיוון צו די אינסטיטוציע פון נאציאנאלע אנדענק. צווישן די ארויסגעגעבענע דאקומענטן איז געווען דער נוקלעארער קריג פלאן פונעם פּאקט, זיבן טעג צום טייך רהיין - א פלאן פאר א שנעלע אינוואזיע צו פארכאפן עסטרייך, דענמארק, דייטשלאנד און האלאנד מזרח פונעם רהיין, ניצנדיג נוקלעארע וואפן נאך א מעגליכע נאטא אטאקע[20][21].

דרויסנדיגע לינקס

רעפערענצן

  1. "Soviet Union request to join NATO" (PDF). Nato.int. Archived (PDF) from the original on 11 March 2012. Retrieved 31 July 2013.
  2. 2.0 2.1 "די ווארשע פאקט ווערט געשאפן". History Channel.
  3. Bob Reinalda (11 September 2009). Routledge History of International Organizations: From 1815 to the Present Day. Routledge. p. 369. ISBN 978-1-134-02405-6. Archived from the original on 1 January 2016. Retrieved 1 January 2016.
  4. "Formation of Nato and Warsaw Pact". History Channel.
  5. Larresm, Klaus, ed. (2014). A Companion to Europe Since 1945. Wiley. p. 79. ISBN 978-1-118-89024-0.
  6. Bob Reinalda (11 September 2009). Routledge History of International Organizations: From 1815 to the Present Day. Routledge. p. 369. ISBN 978-1-134-02405-6.
  7. "The Hungarian Uprising of 1956 - History Learning Site". Percival, Matthew (23 October 2016). "Recalling the Hungarian revolution, 60 years on". CNN.
  8. "Soviets Invade Czechoslovakia - Aug 20, 1968 - HISTORY.com".
  9. Nosowska, Agnieszka. "Warsaw Pact invasion of Czechoslovakia". www.enrs.eu.
  10. Warsaw Pact and Comecon To Dissolve This Week, אויף The Christian Science Monitor, ‏פעברואר 26, 1991
  11. This day in history: the Warsaw Pact ends.
  12. "Differences Between Nato and the Warsaw Pact". Atlantische Tijdingen (57): 1–16. 1967. JSTOR 45343492. Retrieved 9 January 2022.
  13. פוילן און די ווארשע פאקט 1955-1991. www.php.isn.ethz.ch.
  14. Tismaneanu, Vladimir; Stan, Marius (17 May 2018). Romania Confronts Its Communist Past: Democracy, Memory, and Moral Justice. Cambridge University Press. p. 132. ISBN 9781107025929.
  15. Mastny, Vojtech; Byrne, Malcolm (1 January 2005). A Cardboard Castle?: An Inside History of the Warsaw Pact, 1955-1991. Central European University Press.
  16. "Soviet Troops to Leave Mongolia in 2 Years". Reuters. 3 March 1990.
  17. ABC-CLIO (3 March 1990). "Warsaw Treaty Organization".Lüthi, Lorenz M. (8 October 2007). "The People's Republic of China and the Warsaw Pact Organization, 1955-63". Cold War History. 7 (4): 479–494. doi:10.1080/14682740701621762. S2CID 153463433.
  18. The future of U.S.-Soviet relations hearings before the Committee on Foreign Relations, United States Senate, One Hundred First Congress, first session, April 4, 12, 19 and May 3, 15, 18 and June 1 and 20, 1989 (Microfiche) (National government publication ed.). Washington : U.S. G.P.O. p. 325. Retrieved 11 May 2021..
  19. Webb, Adrian (9 September 2014). Longman Companion to Germany Since 1945. p. 59. ISBN 9781317884248.
  20. Watt, Nicholas (‏26 November 2005). "Poland risks Russia's wrath with Soviet nuclear attack map". 
  21. "Poland reveals Warsaw Pact war plans". International Relations and Security Network.