דרעפט:רבי נתן נטע פון אווריטש

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי נתן נטע פון אווריטש (– א' אב תקמ"ה), איז געווען א געטליכער מאן, א גאון עולם, גדול וקדוש בדורו, גערופן געווארן "רבי נטע הגדול"[1]. ער איז געווען פון די חבריא פון בעל שם טוב און זיין תלמיד דער מעזריטשער מגיד, און א חבר פון דער מאור עינים און דער בעל התניא. ער האט מחבר געווען "נטע שעשועים.

זיין געבורט יאר איז נישט באקאנט, ווי אויך זיין יחוס. ער האט געדינט אלס רב אין אוורוטש אינעם וואהלינער גובערניע (היינט אינעם זשיטאמיר גובערניע) אין אוקראינע, און אויף די גלילות שטעט נארינסק (Noryns'k), נאַראָדיץ (Narodychi), און סלאוועטשנע (Slovechne).

ער איז געווען פון די בני היכלא קדישא פון בעל שם טוב. נאך זיין רבי'נס פטירה האט ער זיך מדבק געווען אין גרויסן מגיד.

אלס שטארקער ידיד מיט'ן מאור עינים פלעגן זיי זיך אפט באזוכן, אמאל אין אווריטש און אמאל אין טשערנאביל[2]. גייענדיג אויף טשערנאביל פלעגט ער מיטנעמען זיין איידעם דער בת עין, וואס ברענגט אין זיין ספר פיל דברי תורה אין נאמען פון מאור עינים[3].

רבי נטע פלעגט נישט שלאפן במשך דעם גאנצן מעת לעת פון שבת.

ער איז באערדיגט געווארן אינעם אלטן בית החיים אין אווריטש, נאנט צו ווילעדניק. אן אהל איז אויפגעשטעלט געווארן אויף זיין קבר, און אידן פלעגן דארט דאווענען[4].

זיין איידעם איז געווען רבי אברהם דוב אויערבאך, דער "בת עין", וואס איז געווען זיין ממלא מקום אין אווריטש ביז יאר תקצ"א ווען ער איז ארויף קיין ארץ ישראל.

בת עין המבואר - א (בראשית, שמות), א (בראשית, שמות)

  1. רבי ברוך עסמאן פון קיעוו. https://yuhrzeit.com/detail/בעל-נטע-שעשועים%C2%A0מאווריטש-רבי-נתן-נטע-בר-יוסף-זיע
  2. תולדות אד"ם
  3. בהקדמת המדפיס – רבי משולם זוסמאן – לדפוס זיטאמיר נכתב: "וזאת למודעי שכל מקום שנזכר הרב המגיד היה כוונת הרב המחבר הק' הזה על הרב הצדיק הק' וכו' מו"ה מנחם נחום מק"ק סשארנאביל ז"ל זי"ע... כך שמעתי כמה פעמים מפיו הק' אדמו"ר ז"ל זי"ע נבג"מ".
  4. תולדות אד"ם