דרעפט:רבי ישראל אלנקאוה

ר' ישראל בן ר’ יוסף (בן) אלנקאוה, האט געלעבט אין שפּאניע אין דעם פערצנטן יאר־הונדערט. אין דעם יאר 1391 איז ער פארברענט געווארן צוזאמען מיט ר’ יהודה ב"ר אשר אויפ’ן שייטער הויפן אויף קידוש השם.

דער "מנורת המאור" באצוועקט צו באקענען דעם פּשוט’ן אידן מיט די פּערל פון תלמוד און מדרש. עס איז א זאמלונג פון אגדות, גוטע ווערטער, עטישע לערעס, אראנזשירט אין א באשטימטער ארדנונג, און עס לערנט דעם לייענער גוטע מידות, באשיידנקייט און נאך. דער ספר איז צום ערשטן מאל געדרוקט געווארן אין קאָנסטאַנטינאָפּאָל אין דעם יאר 1514. עס איז פארהאן א אידישע איבערזעצונג פון רבי משה פראנקפורט, דיין אין אמסטערדאם, געדרוקט אין 1701, און איז פיל מאל איבערגעדרוקט געווארן. אין דעם יאר 1880 איז ערשינען אין ווילנע א נייע אידישע איבערזעצונג. זעט עדיציע הלל גרשם, המכונה הימן ענעלאו, בלוך, ניו יארק, תרצ"ב.