דרעפט:רבי יעקב בן אשר

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ר' יעקב ב"ר אשר, דעם רא"ש'ס זון, איז געבוירן געווארן אין דייטשלאנד. די דאטע פון זיין געבורט איז נישט באוויסט. אין דעם יאר 1305 איז ער געקומען מיט זיין פאטער קיין שפּאניע. זיין פאטער האט אים באשטימט מיט זיין ברודער יהודה אלס אויפזעערס איבער דעם צעטיילן די צדקה צו די ארימע לייט. ער איז נישט געווען א רב. נאך זיין פאטער'ס פּטירה איז זיין ברודער ר' יהודה אויסגעקליבן געווארן אלס נאכפאלגער.

ר' יעקב איז געווען א קראנקער, שוואכער מענטש. ער האט געלעבט זייער ארים. ער איז נפטר געווארן אין שפּאניע. מען ווייסט נישט אין וועלכן יאר. אויף זיין מצבה שטייט בלויז אז ער איז נפטר געווארן צוועלף טעג אין תמוז, דאס יאר ווערט נישט דערמאנט. עס ווייזט אויס אז ער האט נאך געלעבט אין דעם יאר 1340. אבודרהם דערמאנט אים אין זיין ספר אין דעם יאר 1340 מיט ז"ל, איז מעגליך אז ער איז נפטר געווארן אינעם יאר 1340.

ר' יעקב איז געווען א גרויסער ארימאן, דערפאר אבער האט ער איבערגעלאזט אַן אומשאצבארן גייסטיגן פארמעג, נעמליך די פיר טורים, וועלכע ענטהאלטן אלע דינים פון תלמוד ירושלמי, תלמוד בבלי, פון די גאונים, פּוסקים און באזונדערס זיין פאטער'ס פּסקי הרא"ש.

ער איז אויך דער מחבר פון דעם "בעל הטורים" אויף חומש. מען זאגט אז ער האט עס פארפאסט אין איין נאכט. ער איז באקאנט אלס "בעל הטורים", ווייל ער האט געשאפן די פיר טורים: טור אורח חיים וועלכער רעגולירט דעם מענטשנ'ס טעגליכע אויפפירונג פון א גאנץ יאר; טור יורה דעה וועלכער ענטהאלט די דינים וועגן שחיטה, טרפות, וואס מען מעג און וואס עס איז פארבאטן; טור אבן העזר וועלכער רעגולירט דאס פאמיליע לעבן, קדושין, כתובות, גטין, חליצה; טור חושן משפּט וועלכער ענטהאלט די דינים וועלכע רעגולירן דאס לעבן, די באציאונגען צווישן מענטש און מענטש, מסחר, און אלע אנדערע אַנגעלעגענהייטן אינעם אלטעגליכן לעבן.

רעפערענצן