דרעפט:רבי אהרן קאהן

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי אהרן קאהן (געבוירן ה'תשל"ג) איז דער תולדות אהרן רב אין אמעריקע.

הרה"צ רבי אהרן קאהן שליט"א אבדק"ק תולדות אהרן

רבי אהרן איז דער צווייטער זון פונעם היינטיגן תולדות אהרן רבי, רבי דוד קאהן.

היסטאריע

ער איז אויפגעוואקסן אין מאנסי און שפעטער אלס בחור איז ער געפארן לערנען אין די ישיבה פון זיין זיידע הרה"ק מתולדות אהרן און שפעטער חתונה געהאט אין ירושלים אין יאר ה'תשנ"א מיט מרת חיה אסתר טאכטער פונעם קרעטשניף סיגוטער רבי, הרב זיידא אליעזר זאב רויזנבוים. א שטיק צייט נאכ'ן חתונה האט ער זיך געצויגן קיין אמעריקע און ווען זיין טאטע האט איבערגענומען די הנהגה האט ער איבער גענומען דעם טאטנ'ס בית המדרש.

ביאגראפיע

די רב האט זיך אלע יארן גאר שטארק אויסגעארבעט אין אלע ענינים, און איז באקאנט מיט זיין אייגנארטיגע דרך אין עבודת ה', מיט א מורה'דיגע עבודה אין יעדע דבר שבקדושה, הגם אסאך זאכן פירט די רב מיט זייער א איינגעהאלטענע הנהגה און געוויסע פעלער וואס כמעט מען זעט נישט אן פון דרויסן, אבער ווער עס האט מען אים מכשטייט נאנט קען מערקן ווי עס פלאקערט אינעוויניג א פייער, און אנדערע זמנים זעט דיך עס אן פונדויסן אויף א מורה'דיגע פארנעם ווי די רב ברענט און פלאקערט, ווי הקפות - קידוש - קריאת התורה ביי די שירה וכדו', אזש מענטשן האבן אנגעהויבן ברענגען זייערע קינדער זאלן קומען זעהן די עבודת הקודש פונעם רב.

א שטארקע עבודה איז ביים רב די עבודת התפילה, ווי די רב דאווענט גאר לאנג כדרך תולדות אהרן, מיט א געוואדיגע כוונה און דביקות, אויך ציט די רב גאר לאנג ביים ליינען ווי ער דינט אלץ בער קורא, ווי מען זעט אן אז עס ליגט א געהויבענע עבודה אינעווייניג. איין יאר יו"ט איז ער געווען ביים טאטן האט מען אים מכבד געווען מיטן ליינען בפניו פינעם טאטן, און ער האט געליינט כאחד האדם, כדי נישט צו פראווען ביים טאטן, אבער ווען ער האט געליינט א טאג שפעטער יו"ט שני האט מען געקענט זען די גיוואלדיגע עבודה.

מיט זיין טאטן ביי א מצוה טאנץ
מיט זיין שווער זצ"ל ביי א חתונה פון א קינד, ווערט געזען האדמו"ר מביאלא ב"ב


אן עקסטערע עבודה איז ביים רב די שבת קודש, ווי א גרויס חלק פון די עבודה האט ער געניפען פון זיין שווער די קרעטשניף'ער רבי זצ"ל, וואס כידוע האט אריינגעלייגט גאר א שטארקע עבודה אין די שבת קודש, און ביים רב זעט זיך טאקע אן א גיוואלדיגע קאך אין א שבת קודש ווי ער ברענט מיט'ן שבת, און צימאל במשך שבת קען ער זיך פשוט אינטערטאנצן שבת קודש, א געוואלדיגער עולם ווארמען זיך יעדן פרייטאג צונאכטס ביי זיינע באטע'ס, אסאך בחורים און יונגעלייט קומען צו זיין באטע וועלכע קומט פאר אין זיין שטוב און יעדע שיינע שבת אין ביהמ"ד, יעדע וואך ביים באטע זאגט ער חידושי תורה בפרשת השבוע בגודל קדושת השבת, און אזוי אויך ביים סעודה שבת אינדערפרי רעדט ער דברי תורה באופן מוסר וחיזוק, און ביי של"ס יעדע וואך וואס ער ציט אריין ביז נאכ'ן זמן פון ר"ת זאגט ער אויך שטארקע דברי תורה אויפציהייבן יעדע אידיש נפש, של"ס פארענדיגט ער פון די שפעטסטע אין שטשט מאנסי.

רעדט צו בחורים פון ציטיילטע שטיבער ביי א שבע ברכות פאר א טאכטער פון הרה"ח ר' חיים אלעזר רוזנפעלד


אן עקסטערע עבודה און הרגשה האט די רב פאר די צעירי הצון די בחורים, יעדע איבריגע מינוט וועט ער מחזק זיין א בחור, ווי ער וועט נאר זיין אין וועלעכע פלאץ אין די וועלט ער וועט נאר טרעפן א בחור וועט ער זיך אינטערסירן וואס ער מאכט און אויב עס פעלט אויס חיזוק וועט ער אים דאס גיבן מיטן גאנצן הארץ, ווען ער באזיכט אין א"י וועט ער גיין אין די ישיבת פון "תולדות אהרן" רעדן א שמועס פאר די בחורים, און נאכדעם וועט ער פארברענגען מיט זיי און מחזק זיין יעדן איינעם עקסטער, מער ווי איינמאל האט זיך שוין געמאכט אז די רב איז געווען אין א א ישיבה פאר אפאר שעה נאר אויסציהערן בחורים, דאס אלע איז חוץ וואס די רב פארמאגט אליין א ישיבה ווי געשריבן שפעטער.

זיין טאטע האט זיך אמאל אויסגעדריקט אז ער ווייסט נישט פארוואס ער האט זוכה געווען צי אזא קינד, און אז ווער עס קוויטלט זיך ביי אים אין מאנסי איז אזויווי ער קוויטעלט זיך ביי מיר אין ירושלים[מקור פארלאנגט].

היינט איז ער רב פונעם תולדות אהרן בית המדרש אין מאנסי, ווען אויף די יומים הנוראים קומען צו פארן געסט פון אלע עקן שטאט צו וויילן בצל קדשו, אזוי אויך פון אנדערע שטעט ווי קרית יואל און וויליאמסבורג זענען קומען חסידים צו פארן.

היינט איז ער פון די זייער אנגעזעענע רבנים אין שטאט מאנסי.

אין די לעצטערע יארן האט דער רב על פי בקשת זיין טאטע די רבי מייסוד געווען א ישיבה קטנה אין שטאט מאנסי "ישיבת אהלה של תורה" וועלכע שטייט בנשיאות אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, און די רב דינט דארטן אלץ "ראש ישיבה" ווי ער לייגט אריין גאר אסאך אין די בחורים, אפי שוואכערע בוחרים וואס פארשטייען נישט אזוי גיט לערנען, שפירן דארטן א טעם אין אידישקייט וואס דער רב לייגט אריין, דער תולדות אהרן רבי האט זיך אמאל אויסגעדריקט אויפן ישיבה אז "ווער ס'וועט דא אריינלייגן זיינע קינדער וועט זעהן תמיד נחת ברחניות ובגשמיות.

משפחה

זיינע קינדער זענען:

  • הרב יחזקאל שרגא, איידעם ביי ר' חיים אורי ראזנבערג מחשובי חסידי "תולדות אברהם יצחק"
  • הרב משה, איידעם ביי כ"ק אדמו"ר מבורשטין שליט"א
  • הרב אברהם יצחק, איידעם ביי הרב דוד צבי ראבינאוויטש שליט"א
  • הרב יחיאל חיים מרדכי, איידעם ביי הרב יחיאל מיכל גאלדמאן שליט"א
  • הרב יוסף מאיר, איידעם ביי אדמו"ר מזידטשויב מאנסי שליט"א
  • הבחור נפתלי צבי הירש

זיינע איידימער זענען:

  • הרב אלעזר האלבערשטאם זון פון הרב ברוך נתן האלבערשטאם
  • הרב משה כהנא זון פון הרב חיים אריה
  • הרב חיים אלעזר קאהן זון פון זיין שוועסטער קינד הרב יואל קאהן

רעפערענצן

Maimonides-2.jpg דער ארטיקל בנוגע רבנים איז א שטומף. איר זענט געלאדנט עס צו פארברייטערן.