דרעפט:מלבי"ם
|
|
דאס איז א דרעפט ארטיקל. עס איז אַן אַרבעט אין פּראָגרעס וואָס איז אָפן פאַר רעדאַגירונג דורך סיי וועם. ווען דער דרעפט איז פארטיג, ביטע גייט איבער דעם אריבערפירן טשעקליסט, זיכער צו מאכן אז עס איז גרייט. דערנאך קענט איר בעטן פון די דרעפט אריבערפירער אז זיי זאלן עס איבערגיין און אריבערפירן צום הויפט געביט. (אייער בקשה וועט פובליצירט ווערן אין המכלול:אריבערפירן דרעפטס, און דארט וועט אויך ערשיינען דער ענטפער - אויב פעלט אויס). |
ר' מאיר לייב בן ר' יחיאל מיכל, מלבי"ם, בארימטער רב, געלערנטער, דרשן, איז געבוירן געווארן אין וואָלאָטשיסק, וואָלינער גובערניע, רוסלאנד, אין דעם יאר 1809. זיין ערשטער רבי איז געווען זיין פאטער, און דאן זיין שטיף־פאטער ר' לייב וואלאטשיסקער. פון 1838 ביז 1845 איז ער געווען רב אין וורעשען, פּאָזען, שפּעטער אין קעמפּען ביז 1860, און מען האט אים דערפאר גערופן "דער קעמפּענער". נאך דעם איז ער געווארן רב הכולל פון בוקארעסט, רומעניע. די דארטיגע רייכע דייטשע אידן האבן געוואלט איינפירן רעפארם, האט ער שטארק געקעמפט דערעגן, האָבן זיי אינטריגירט קעגן אים. און אין א שבת אין מיטן דער דרשה האט מען אים ארעסטירט און איינגעזעצט אין תפיסה. אדאנק דער באמיאונג פון ר' משה מאָנטעפיאָרע, איז ער באפרייט געווארן, אבער מיט דעם תנאי, אז ער מוז פארלאזן רומעניע. אין 1866 האט ער איבערגענומען דעם כסא הרבנות פון זיין פארשטארבענעם שווער ר' חיים אויערבאַך, אין לענטשיץ, קאַלישער גובערניע (רוסיש פּוילן). אביסל שפּעטער איז ער געווארן רב אין כערסאָן, און אין 1870 אין מאָגילעף, ביים דניעפּר. אויך דארט זענען די רייכע אידן נישט געווען צופרידן מיט אים, האבן זיי אים דערקלערט אלס "פּאליטישער פארברעכער", און אויף דעם גובערנאטאר'ס באַפעל האט ער פארלאזט די שטאט. ער איז געווארן רב הכולל פון דער פּוילישער קהילה אין קעניגסבערג, פּרייסן. אבער אויך דארט האבן די דייטשע אידן אים פארפאלגט. ווילנע האָט אים געוואלט אלס נאכפאלגער פון ר' יצחק אליהו לאַנדוי, אבער דער גובערנאטאר האט נישט דערלאזט. האט די קרעמענטשוגער קהילה אים אויפגענומען אלס רב. אויפן וועג אהין איז ער קראנק געווארן און איז נפטר געווארן אין קיעוו דעם ערשטן טאג ראש השנה תר"ם, סעפּטעמבער 18, 1879.
ער איז דער מחבר פון: "ארצות החיים", "ארצות השלום", "התורה והמצוה" אויף תורה, און "מקראי קודש" אויף נביאים וכתובים, וועלכע ערקלערן סיי די ווערטער, סיי דעם געדאנק, "משל ומליצה". זיין פּירוש אויף תנ"ך איז וועלט בארימט.
אגב'דיגס: זייענדיג אין בערלין, איז דער מלבי"מ געווען שטארק נייגעריק צו וויסן וואָס אַ רעפאָרם ראַבינער זאָגט אין זיינע "פּרעדיגטן" (סוירמענס). איז ער אַריין געגאַנגען אין דער בערלינער "סינאַגאָגע". דעם ראַבינער'ס "פּרעדיגט" האָט געדויערט איבער אַ שעה, אָבער עס האָט געהאַט קיין אינהאַלט און קיין טעם. אַרויסגייענדיק פון דער "סינאַגאָגע", האָט ער באַמערקט צו זיינע פריינט: "קהלת רעכנט אויס אַכט און צוואָנציק צייטן. עס איז פאַראַן, למשל, אַ צייט צו צעשטערן און אַ צייט צו בויען. איז דער מיטל וועג ניט צו צעשטערן און ניט צו בויען. עס איז פאַראַן אַ צייט צו וויינען און אַ צייט צו לאַכן, איז דער מיטל וועג ניט צו וויינען און ניט צו לאַכן. עס איז פאַראַן אַ צייט צו האָבן ליב, און אַ צייט צו האָבן פיינט, איז דער מיטל וועג ניט צו האָבן ליב און ניט צו האָבן פיינט. קהלת זאָגט דאָך אָבער אויך אַז עס איז פאַראַן אַ צייט צו שווייגן און אַ צייט צו רעדן, וואָס זשע איז דער מיטל וועג? עס איז דאָך איינס פון די צוויי, אָדער מען רעד אָדער מען שווייגט נאָר דער דאָזיגער "פּרעדיגט" האָט עס מיר פאַרענטפערט. דער מיטל וועג פון 'אַ צייט צו שווייגן און אַ צייט צו רעדן' איז אַ רעפאָרם ראַבינערס פּרעדיגט. עס איז ניט געשוויגן און ניט גערעד".
דער מלבי"ם איז געקומען אמאל קיין יעקאַטערינאָסלאַוו, איז די גאנצע שטאט געקומען אים מקבל פּנים זיין. צווישן דעם עולם האבן זיך געפונען אויך משכילים. ווען ער האט זיי געפרעגט ווער זיי זענען, און זיי האבן געענטפערט אז זיי זענען די "משכילים" פון דער שטאָט, האָט ער זיך אָנגערופן: "הייסט עס, אַז איר זייט "קאָנערס' ". באַמערקנדיק אַז זיי "כאַפּן" ניט וואָס ער מיינט, האָט ער געזאָגט: איר זייט קאָנערס, וויל וואָס איך און אַנדערע פרומע אידן קאָנען ניט, קאָנט איר יאָ. איך, ווען איך שטיי אויף אין דער פרי און וויל טרינקען אַ גלאָז טיי, קאָן איך ניט, ווייל איך האָב נאָך ניט אָפּגעגאָסן די נעגל, ניט געזאָגט נאָך ברכות השחר. אַז איך האָב שוין געטרונקען טיי, און איך וויל עסן, קאָן איך ניט, ווייל איך האָב נאָך ניט געדאַוונט. און אַז איך האָב שוין אָפּגעדאַוונט, קאָן איך נאָך אַלץ ניט עסן, ווייל איך מוז זיך וואַשן צוערשט, מאַכן אַ המוציא. אָבער איר משכילים, קאָנט דאָס וואָס איך און מיין גלייכן קאָנען ניט.