רוי:מוזיקטעאטער

פון המכלול
ווערסיע פון 19:06, 27 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

"די גיישאַ" פון סידני דזשאָנס (1898), איינער פון די ערשטע מוזיקשוישפּילן

מוזיקטעאַטער איז אַ סאָרט אויפטרעט בייַ אַ טעאַטער. אַ מוזיקטעאַטער שאַפונג הייסט אַ מוזיקשוישפּיל (ענגליש: musical). דאָס נוצט אַקטיאָרן, מוזיק, לידער און אָפט טאַנץ. אַ טייַל מוזיקשוישפּילן ניצן נאָר טייַל זאַצן דיאַלאָג מיטן רוב אין געזאַנג (צום בייַשפּיל, "די מיזעראַבלער"). געוויינטלעך איז דאָס אַ קאָמבינאַציע פון רייד און געזאַנג. אַ טייַל באַקאַנטע מוזיקשוישפּילן זענען "וועסט סייַד סטאָרי", "די קלאַנגען פון מוזיק", "שיקאַגאָ" און "אָקלאַהאָמע!".

מוזיק איז געווען אַ טייַל פון דראַמאַ זינט אוראַלטע צייַטן, נאָר דער מאָדערנער מערבֿדיקער מוזיקטעאַטער האָט ערשטנס דערשיינט אינעם 19טער יאָרהונדערט.

1850 ביז 1914

אַרום 1850 האָט דעם פראַנצויזישן קאָמפּאָזיטאָר הערווע עקספּערימענטירט מיט אַ סאָרט קאָמישער מוזיקטעאַטער מיטן נאָמען אָפּערעט (opérette). די סאַמע באַקאַנטע אָפּערעטאַ קאָמפּאָזיטאָרן זענען געווען זשאַק אָפנבאַך (1850ער ביז 1870ער) און יאָהאַן שטראַוס דער זון (1870ער ביז 1880ער). די מעלאָדיעס פון אָפנבאַך און די סאַטירע פון זייַנע ליברעטיסטן האָט אויסגעפורעמט אַ מאָדעל פאַר מוזיקטעאַטער נאָך.

וויכטיקע אויסווירקן זענען געווען די שאַפונגען פון גילבערט און סאַליוואַן אין בריטאַניע און די פון האַריגען און האַרט אין די פאַראײניקטע שטאַטן. נאָכן זיי זענען געווען די פאַרשידענע עדוואַרדישע מוזיק-קאָמעדיעס און די מוזיקטעאַטער שאַפונגען פון אַמעריקאַנער שאַפערס ווי דזשאָרדזש מ. קאָהאַן.

וועבלינקען


דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!