רוי:רבי אלטער ישעיה הורוויץ

פון המכלול
ווערסיע פון 09:54, 27 פעברואר 2009 דורך YI>יוסל
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי אלטער ישעיה הורוויץ זצ"ל (ה'תר"ז -כ"ז טבת ה'תרנ"ה), רב אין דעמביץ.

אפשטאם

רבי אלטער איז געבוירן אין יאר ה'תר"ז, צו זיין פאטער הרב ראובן הורוויץ רב אין דעמביץ א זון פון אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשעקאווער, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ דער ראפשיצער רב.

רבנות

רבי אלטער האט איבער גענומען דעם פאטער'ס פלאץ אלס רב אין דעמביץ, ער איז געווען זייער באליבט ביי אלעמען, ער האט געהאט געוואלדיגע פעהיגקייטן אין האנדעל, אויך די פערד הענדלערס פלעגען צו קומען זיך באראטן מיט אים.

הסתלקות

רבי אלטער איז נפטר געווארן זייער יוג אין עלטער פון אכט און פערציג יאר, מיטוואך כ"ז טבת ה'תרנ"ה, מען האט אים געלייגט אין פאטער'ס אהל.

פאמיליע

רבי אלטער האט געהייראט מרת רייצא, זיי האבען נישט געהאט קיין קינדער.

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר