רוי:מאצוא באשא
מאַצוא מונעפוסאַ, באקאנט ווי מאַצוא באַשא, (יאפאניש: 松尾芭蕉; 1644 - 28סטן נאוועמבער 1694) איז געווען א יאפאנעזער דיכטער. ער איז באוואוסט ווי דער גרעסטער שאפער פון הייקו, א דיכטונג אין 5-7-5 טראפן. זיין משפחה נאעמן אין מאצוא, אבער לויטן יאפאנישן שטייגער רופט מען אים סתם באשא אן א משפחה נאמען. ער פלעגט זיך חתמענען "はせを". ער איז פון די גרעסטע שרייבער פון דער עדא תקופה.
באשא איז געבוירן געווארן אין איגאַ (היינט אין מיע פרעפעקטורע) אין א סאמוריי משפחה. נאך א סך יארן פון סאמוריי האט ער באשלאסן אז דיכטונג ציט אים מער.
אין 1675 האט ער זיך געצויגן קיין עדא , היינט טאקיא. אין 1680 איז ער אריבער קיין פוגאקאווא, נישט ווייט פון עדא. ער האט געפלאנצט דארטן א "באשא" (באנאן) בוים, און האט זיך גענומען דעם נאמען באשא.
ער איז געשטארבן אין 1694 אין אסאקא פון א קראנקייט.
וועבלינקען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!