רוי:ישראל נח קאפאוו קאגאן

פון המכלול
ווערסיע פון 18:22, 27 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

ישראל נח קאַפּאָוו־קאַגאַן (ה'תרנ"ט - ב' תשרי ה'תשי"ד), באוואוסט אויפן נאמען פון זיין ברודער בן ציון, איז געווען א חזן אין ראסטאוו, אדעס און ניו יארק.

ער איז געווען אן אפשטאמיגער פון א בארימטע כהנים משפחה, און דערפאר האט ער געהייסן "קאַפּאָוו" ווייל א כהן איז נושא כַּפּיו, און "קאגאן" באדייט אויף רוסיש כּהן, וויל עס איז זיך מתחלף די ה' פאר א ג'.

ער איז געבוירן אין פאלטאווע (היינט אוקריינע) אין יאר תרנ"ט, צו זיין פאטער ר' שלמה וואס איז געווען א סוחר. ער איז אוועק אינגערהייט.

בלויז זעקס און צוואנציג יאר אלט איז ער געווען ווען ער איז געווארן חזן אין ראסטאוו ען דאן, און דערנאך איז ער געווארן חזן אין דער בראדער בית הכנסת אין דער חזנות שטאט אדעס.

אין יאר תר"ץ איז ער באפאלן געווארן דורך די באלשעוויקן, ווייל ער האט געהאט אסאך געלט פון זיינע געלונגענע אויפטריטן, און דעריבער האט ער דרינגענד געמוזט אנטלויפן קיין אמעריקע אונטער זיין ברודער בן ציון'ס נאמען.

ער איז בארימט מיט זיינע שיינע אייגנארטיגע סטיל שטיקלעך ווי קידוש לליל שבת, ברכת כהנים און נאך.

ער איז נפטר געווארן דעם צווייטן טאג ר"ה תשי"ד אינמיטן דאווענען פון לונגען ראק, אין עלטער פון פינף און זעכציג יאר.

שטימע

קאמפאזיציעס

  • אב הרחמים
  • אנא בכוח
  • אתה יצרת
  • ברכת כהנים
  • השכיבנו
  • מכניסי רחמים
  • רחמנא דעני
  • קידוש
  • תקע בשופר

וועב

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!