רוי:אל על
אל על (העברעאיש; אויסגערעדט "על אַל") איז די גרעסטע לופטליניע אין ישראל. עס איז באזירט אין בן גוריון פליפעלד לעבן דער שטאָט לוד, 20 ק״מ ווייט פון תל אביב. דער אויסדרוק אל על געפֿונט זיך אין תנ"ך און באדייט אַרויף צו גאָ-ט.[1] דער יאט״א קאָד פאר אל על LY איז גענומען פונעם אמאליגען נאָמען פון דער שטאָט לוד (Lydda) און דעם פליפעלד.
צוליב דער שטענדיגער דראאונג פון טעראָריסט אנפאלן, ווערן פליען דורך על על געפירט אונטער באזונדער שטרענגע זיכערהייט מיטלען.
אל על אקטיוויזירט לופטרייזעס אין אייראפע, אזיע, אפריקע, אמעריקע און אויסטראליע.
אין 2005 האט אל על טראנספארטירט מער ווי 3.5 מיליאן פאסאזשירן.
על אל האט 49 עראפלאנען און פארט אין 40 צילן.
היסטאריע
די פירמע איז געגרינדעט געווארן אין 1948, און די ערשטע פלי איז געווען פון גענף קיין תל אביב.
אין 2003 האט מען פריוואטיזירט די פירמע און אנגעהויבן האנדלען אירע אקציעס אין דער תל אביב בערזע.
במשך 50 יאר איז אל על געווען די אפיציעלע לופטליניע פון ישראל און האט געהערט צו דער רעגירונג.
וועבלינקען
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
רעפערענצן
- ↑ הושע יא, ז