רוי:דעפארטמענטן פון פראנקרייך
אין די אדמיניסטראטיווע אפטיילונגען פון פראנקרייך איז דער דעפארטמענט (פראַנצויזיש: département, דעפאַרטמאַ) איינער פון דריי ניוואען פון רעגירונג אונטערן נאציאנאלן ניווא. 96 דעפארטמענטן זענען אין מעטראפאליטאנעם פראנקרייך און פינעף זענען מעבר־לים דעפארטמענטן, וואס ווערן אויך קלאסיפיצירט ראיאנען. דעפארטמענטן ווערן ווייטער צעטיילט אין 334 אראנדיסמאנטן, וואס זענען אליין צעטיילט אין קאנטאנען.
יעדער דעפארטמענט ווערט געפירט דורך א געוויילטן דעפארטמענט־ראט (conseil départemental (איינצאל), conseils départementaux (מערצאל)). פון 1800 ביז אפריל 2015, האט מען זיין גערופן אלגעמיינע ראטן (conseil général (איינצאל), conseils généraux (מערצאל)).[1] יעדער ראט האט א פרעזידענט. די הויפט פאראנטווארטליכקייטן זענען פארוואלטונג פון עטלעכע סאציאלע און פארזארג פענסיעס, אונטער־הויכשולע געביידעס, און לאקאלע גאסן און בוסן.
רעפערענצן
- ↑ Ministère de l'intérieur, Les élections départementales : comprendre ce qui change (in פֿראַנצויזיש), retrieved 2015-07-30
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!