רוי:נויט (געגנט)
די נויט (שװעדיש: Nöden) איז אַ שטאָטטײל אין לונד וואס געפינט זיך דרומדיק פון מיטן שטאָט. מען האָט אָנגעהײבן אויסבויען דעם שטאָטטײל אין יאָר 1873, כאָטש עטלערע בנינים זײַנען שוין דאָ. די נויט איז פון אָנהײב געווען אַן אָרעם שטאָטטײל - אָפיציעל האָט מען עס גערופן "נײַשטאָט". אַ סך יידן האָבן זיך געצויגן קײן לונד, און די נויט, זיך אַרײַנגעקלײַבן. צװישן בערך 1870 און דער צווייטער וועלט-מלחמה איז געווען א שטארקע אימיגראַציע קײן לונד. אין 1910-1914 איז די יידישע באַפעלקערונג אין לונד צום גרעסטן מיט בערך 400 מענטשן. צוליב האָט מען דעמאָלט גערופען לונד פאַר "ירושלים פונעם צפון". די יידן זײַנען געקומען פון רוסלאַנד מחמת פּאָגראָמען. אַ סך פון זײ זײַנען געקומען פון ליטע, למשל פון לאַצקאָװאַ, קאָװנע, פּומפּיאַן און טרישקי.[1] הײַנטצוטאָג אָבער װוּינען ניט אַ סך יידן אין לונד - און די נויט איז געװארן אַ רײַך און חנעװדיק שטאָטטײל.
רעפערענצן
- ↑ Svensson, Anna. Nöden - en shtetl i Lund (1995)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!