רוי:בעריליום

פון המכלול
ווערסיע פון 07:08, 27 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
Be-TableImage.svg
בעריליום, קריסטאַלישער פראַגמענט

בעריליום איז דער כעמישער עלעמענט מיט סימבאל Be און אטאם נומער 4. ער איז אן אלקאלי ערד מעטאל און האט א גאר הויכן שמעלצפונקט.

אלס א גרופּע צוויי מעטאל ווי מאַגנעזיום און קאלציום זענען עס פאראן נאר צוויי עלעקטראנען אין זיין אויסערן עלעקטראן שאל ארביטאל וואס איז אין דעם דאזיגן פאל "2s2" אלס די עלעקטראנען-קאנפיגוראציע. כדי צו שאפן אן ענערגעטיש שטאבילן צושטאנד, וועט בעריליום גרינג פארלירן די "2s2" עלעקטראנען אין א סאך כעמישע רעאקציעס.

בעריליום געפינט זיך אין נאטור נאר פארבינדן מיט אנדערע עלעמענטן אין מינעראלן. באוואוסטע איידלשטיינער וואס אנטהאלטן בעריליום זענען בעריל (אקוואמארינען און שמאראקן) און כריסאבעריל. דער עלעמענט אליין איז א שטאל־גראער, שטארקער, גרינגער, קרישלדיקער אלקאלי ערד מעטאל. ער איז נוצבאר אין ראקעטן.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!