רוי:אימעיל

פון המכלול
ווערסיע פון 02:22, 27 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

בליצפאסט (באקאנט אויך ווי ע-פאסט) איז א קאמוניקאציע מיטל וואס מיט א קוועטש פון איין קנעפל שיקט מען אַרויס פארבינדונגען צו אַנדערע מענטשן, וואָס באַקומען אונזער בליץ פּאָסט אין זייער אינבאַקס.

מ'קען דאָס שיקן צו איינעם, אָדער מערערע מענטשען אויף אַמאָל.

וואס דאס איז

ארגינאל איז דאס געווען א וועג פון שיקן קליינע בריוועלאך פון איין קאמפיוטער צום צווייטן, מיט דער צייט - ווען עס איז צוגעקומען HTML און multimedia - האט זיך דאס אויסגערייטערט צו קענען מיטשיקן פעקעלעך (attachments) און אויך קאלירטע בריוון.

ווי אזוי דאס ארבעט

געווענליך וועט אן email סיסטעם זיין איינגעטיילט אין 2 טיילן, די ערשטע טייל איז דאס וואס איז צווישן די באנוצער און די אינטערנעט (message transfer agent אדער MTA) און די צווייטע טייל איז וואס האלט די בריוון (message store).

ווען איינער שיקט ארויס א בריוו וועט דער אדרעס האבן דעם נאמען און די domain צו וועם מען שיקט דאס אין די פארם פון name@domain.

די MTA וועט דאן זוכן אן MX RECORD נוצענדיג DNS, די MX RECORD איז א DNS RECORD וואס איז געמאכט געווארן ספעציעל פאר בליצבריוון. יעדע DOMAIN קען האבן מער ווי איין MX RECORD, אבער יעדע MX RECROD האט א PREFERENCE VALUE וואס זאגט דעם MTA וועלכע SERVER צו נוצען, אויב עס ארבייט נישט ביים ערשטן וועט ער פרובירן דעם צווייטן.

דערנאך טוט זיך די שיקענדיגער MTA באהעפטן צו די בקומענדיגער MTA אויף TCP PORT 25 און זיי רעדן זיך דורך נוצענדיג סתם ASCI.

אויב ווען די בריוו איז אדורך דאן וועט די באקומענדיגע MTA אריבערפירן די בריוו צו די MESSAGE STORE און דערנאך ווען די באנוצער וועט עפענען זיין קעסטעל וועט ער טרעפן דארטן די בריוון.

היסטאריע

בליצבריוו פאסט האט אנגעהויבן אין 1971, ווען ריי טאמלינסאן האט געשיקט דעם ערשטן בליצבריוו צווישן צווי קאמפיוטערס אויף איין נעצווערק. בכדי דער קאמפיוטער וואס שיקט זאל קענען רוטירן דעם בריוו צום ריכטיגו באניצער פון דעם ריכטיגן קאמפיוטער האט ער צוגעטשעפעט דעם באניצער נאמען מיט דער קאמפיוטער נאמען צוזאמען מיט דעם סימבאל @ (העברעאיש: כרוכית, ענגליש: at) און אזוי איז געבוירן דער עלעקטראנישער פאסט.


די ערשטע RFC וואס איז געשריבן געווארן פאר בליצבריווען איז RFC 822 און האט זיך נישט געטוישט זייט דעמאלט, עס איז נאר צוגעלייגט געווארן נאך.

שונד בריוון

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!