רוי:אלעקסאנדער צעדערבוים

פון המכלול
ווערסיע פון 22:41, 26 נאוועמבער 2022 דורך בוט שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אלעקסאנדער צעדערבוים

אַלעקסאַנדער (הלוי) אָסיפאָוויטש צעדערבוים (זאמאשטש, 27סטן אויגוסט, 1816פעטערבורג, 8טן סעפטעמבער, 1893) איז געווען אַ פוילישער-רוסישער ייד, אן אַרויסגעבער, אַן איבערקלעריקער יידישיסט, און איינער פון די גרעסטע "משכילים" אין דעם רענעסאַנס פון וועלטלעכער ליטעראַטור אויף העברעאיש און אויף יידיש אין 19טן-יארהונדערט. ער האט געגרינדעט און רעדאקטירט "הַמֵליץ" און אנדערע זשורנאלן אויף רוסיש און יידיש.

ביאָגראַפיע

צעדערבוים איז געבוירן געוואָרן אין זאַמאָשטש, קאנגרעס פוילן. נישט קוקנדיק אויף זײַן אָרעמקייט, איז ער געווען אַן אמתדיק קינד פון דער השכלה זינט זײַן קינדהײַט—ער האָט גערעדט העברעאיש, רוסיש, פויליש, און דײַטש, און האָט אויסגעבראַקירט דאָס חסידות פון זײַנע עלטערן. ער האט חתונה געהאט אין לובלין. אין 1840 האט ער זיך געצויגן קיין אדעס.

אין אנהייב, האָט ער אָפגעשפעט פון דער יידישער שפראַך ווי פון אַ פרימיטיוון "זשאַרגאָן"— דאָס איבערבלײַבס פון אַ וועלט פאַר דער השכלה. בכן, זײַן ערשטער חודש-זשורנאַל, "המליץ" (דער ערשטער חודש-זשורנאַל אויף העברעאיש אין דער רוסלענדישער אימפעריע), איז געוואָרן אַ פּלאַטפאָרמע פאַר וועלטלעכער ליטעראַטור אויף העברעאיש.

אָבער, האָט צעדערבוים אויך געוואָלט‎ צו דערגרייכן צו די אָרעמע, "פרימיטיווע" חסידים פון זײַן קינדהײַט, און בכן, אין 1863, האָט זיך אָנגעהויבן צו אַרויסגעבן אַ סופּלעמענט אויף יידיש—"קול מבשר".[1] מיט "קול מבשר" (און זײַן נאָכקומער אין פעטערבורג, "די יידישעס פאָלקסבלעט"), האָט ער געפּרוווט צו נוצן יידישע איבערזעצונגען פון וועלטלעכער ליטעראַטור (פון אלעקסאנדער פושקין, למשל) צו צוציען די חסידים צו רוסיש, פויליש, און דײַטש.

אָבער מיט צייַט, זײַנען זײַן צילן געביטן. ווען האָט צעדערבוים געטראָפן מיט אַ סך פון די גרעסטע יידישע ראָמאַניסטן פון דער צייַט, האָט ער זיך אָנגעהויבן צו זען די יידישע שפראַך ווי אַ לעביקע וועלטלעכע שפראַך. סוף-כּל-סוף, איז ער געוואָרן אַ טשעמפּיאָן פון וועלטלעכער ליטעראַטור אויף "זשאַרגאָן", און "קול מבשר" איז געווען אַ פּלאַטפאָרמע פאַר אַ סך פון די גרעסטע יידישע מחברים, בתוכם:

רעפערענצן

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!