רוי:יגאל עמיר

פון המכלול
ווערסיע פון 23:56, 24 נאוועמבער 2022 דורך שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) (קרדיט + קטגוריות)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
יגאל עמיר, 1995

יגאל עמיר (געבוירן דעם 23סטן מיי 1970) איז דער אפציעלער מערדער ווער ס'האט געשאסן און דערמארדעט דעם פרעמיער מיניסטער פון ישראל יצחק ראבין, צוליב ראבינ'ס שטיצע פאר א שלום מיט די פאלעסטינער, אין אויסטויש פון שטחים.

עס זענען דא וואס זאגן אז די אפיציעלע שטעלונג פון די ישראלישע רעגירונג איז א קאווער אפ, און אז געוויסע געהיים אגענטן פון שב"כ, ווי אבישי רביב, איז געווען פארמישט אינעם מארד.

ביאגראפיע

יגאל איז געבוירן צו זיינע עלטערן שלמה עמיר - א סופר סת"ם, און גאולה עמיר א קינדערגארטן-אויפזעערין, ביידע אפשטאמיגע פון תימן. כאטש זיי זענען בכלל נישט געווען פארמישט אינעם אטענטאט, האבן אבער זייערע קינדער יא געשפילט א ראלע דערין, דאן און שפעטער. ווען זייער עלטערע זון חגי עמיר האט געהאלפן זיין יונגערע ברודער יגאל מיט'ן אויספירן דעם פלאן, און איז אליינס געזעצן דערפאר 16 יאר אין טורמע.

שפעטער האט זיין יונגערע ברודער אמיתי עמיר פארהייראט זיין ברודערס שטיף טאכטער, נאך וואס ער האט חתונה געהאט מיט לאריסא טראמבובלער - א רוסיש געבוירענע פרוי - וואס האט צוליב געטריישאפט צו יגאל זיך מקריב געווען פאר אים, און אנגענומען א קידושין דורך א שליח, און שפעטער געהאט א קינד מיט אים, דורך א לאבראטארישע באפרוכטינג, אום יאר תשס"ז, און הייסט ינון אליהו שלום עמיר.

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!