רוי:איבערישער האלבאינזל

פון המכלול
ווערסיע פון 13:25, 28 מערץ 2014 דורך YI>פוילישער (אראפנעמען קאטעגאריע:האלבאינזלען,צולייגן קאטעגאריע:האלבאינדזלען דורך HotCat)
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
דער איבערישער האלבאינזל אין אייראפע

דער איבערישער האַלבאינזל (פארטוגעזיש, און שפּאַניש: Península Ibérica, קאַטאַלאָניש: Península Ibèrica, פראַנצויזיש: Péninsule Ibérique), אויך באוואוסט מיטן נאמען איבעריע, איז א האלבאינזל פלאצירט אינעם ווייטן דרום־מערב פון אייראפע וואס שליסט איין די היינטיקע סואווערענע שטאַטן שפאניע, פארטוגאל, אנדארע, און טייל פון פראנקרייך, ווי אויך די בריטישע טעריטאריע פון גיבראלטאר. ער גרענעצט צו דרום־מזרח און מזרח דעם מיטלענדישן ים, און צום צפון, מערב און דרום־מערב דעם אטלאנטישן אקעאן. דער צפון־מזרח עק פונעם האלבאינזל איז די פירענעען בארגקייט, וואס טיילט דעם האלבאינזל פונעם איבעריקן טייל פון אייראפע. צום דרום טוט ער זיך דערנענטערן צום צפון בארטן פון אפריקע.

ער איז דער צווייטער גרעסטער האלבאינזל אין אייראפע, מיט א שטח פון אומגעפער 582,000 קוואדראט ק"מ.


וועבלינקען