רוי:תכלת

פון המכלול
ווערסיע פון 23:32, 8 מערץ 2013 דורך YI>Addbot (Bot: Migrating 5 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q2590210 (translate me))
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

תכלת מיינט דאס די בלויע וואל, ווערט דערמאנט אין דער תורה ביי דער מצוה פון ציצית און ביי די קליידער וואס די כהנים טראגן ווען זיי טון די עבודה אין דעם בית המקדש.

ביי ציצית שטייט ונתנו על ציצית הכנף פתיל תכלת[1], מען זאל לייגן ביי די עקן פון בגד א פאדים פון בלויער וואל, אויך ביי בגדי כהונה איז געווען דערין פארמישט בלויע וואל, אין דער גמרא שטייט תכלת איז גלייך ווי דער ים, דער ים איז גלייך ווי דער הימל, און דער הימל ווי דער כסא הכבוד[2].

דער פארב פון דער בלויער וואל איז געווען געמאכט פון א ים באשעפעניש וואס הייסט חלזון, דאס איז א פיש וואס פארמאגט א שווארצע בליט[3], און דערפון האט מען געמאכט בלויע פארב, און דערמיט האט מען געפארבט די וואל.

מען קען נאכמאכן תכלת מיט קלא אילן, דאס ווערט אויך געריפן אינדיגא, און די טעם פארוואס נאר די בליט פון חלזון איז כשר פאר תכלת איז ווייל די קאליר בלוי מיז זיך האלטן שיין און שטארק, און עס טאר נישט אפגעשוואכט ווערן, און מען געפונט אין גמרא אז נאך אין זייערע צייטן האט מען זיך געקענט טועה זיין צווישן תכלת און קלא אילן וואס איז ענדליך צו תכלת [4], אבער אין די גמרא אין מנחות שטייט א וועג וויאזוי מען קען בודק זיין אויב די תכלת איז עכטע אדער פאלטשע [5].

לויט די הלכה פון ציצית איז תכלת נישט מעכב, מען איז יוצא מצות ציצית אויב מען האט נישט קיין תכלת[6].

היסטאריע

ראדזין חלזון


זייט די תקופה פון די גאונים, האבן אידן שוין נישט געהאט קיין תכלת אויף די ציצית. אין דעם יאר ה'תרמ"ח האט רבי גרשון העניך ליינער, דער רבי פון ראדזין, ארויסגעגעבן זיינע ספרים שפוני טמוני חול און פתיל תכלת און עין התכלת און ער צייגט אויף אז עס איז דא א מעגליכקייט צו שאפן תכלת אפילו אין היינטיגער צייט, דערנאך איז ער אראפגעפארן קיין נעפאל איטאליע וואו עס איז זיך געפינען דער ערשטער אקוואריום און דארט געפינט זיך אסאך פיש, און האט געזוכט און געפארשט א לאנגע צייט, ער האט זיך פארבינדן מיט גרויסע קענער אין דער זאך, ביז ער האט געטראפן א ים־חיה וואס הייסט קאטלפיש (א מין טינטפיש), וואס עס האט א שווארץ בלוט, און האט געפונען א וועג וויאזוי צו מאכן תכלת.

ער האט געשריבן בריוו פאר אלע גדולי הדור אין זיינער צייט פון דער גרויסער המצאה און האט געבעטן מען זאך מיטשטיין מיט אים, אזוי ווי ער איז געווען א גרויסער גאון, האט מען זיך נישט געקענט טענה'נן מיט אים, ווייל ער האט געקענט אויפווייזן זיין המצאה פון כל התורה כולה, ווער עס האט זיך גע'טענה'ט מיט אים האט געמוזט מודה זיין צו אים.

זיינע חסידים די ראדזינער חסידים גייען מיט תכלת ביז צום היינטיגן טאג. אבער די וועלט האט עס נישט אנגענומען.

אן אויסנאם איז געווען ברעסלאווער חסידים וואס א טייל פון זיי האבן יא אנגענומען תכלת, דאס איז וויבאלד איינער פון די גרויסע ברעסלאווער משפיעים ר' אברהם ב"ר נחמן, האט יא אנגענומען תכלת, דעריבער אלע תלמידים פון ר' אברהם ב"ר נחמן גייען מיט תכלת, אנדערע גרויסע ברעסלאווער חסידים האבן נישט אנגענומען תכלת, ווי דער גאון פון טשעהרין ר' נחמן מטשעהרין, ער שרייבט אין זיין ספר (פרפראות לחכמה תורה ז') די רייד פון אר"י הק' ועכשיו בזמן הזה אין לנו תכלת. און וועגן דעם זעט מען אסאך ברעסלאווער וואס גיין נישט מיט תכלת.

אין דעם לעצטן דור האט הרב יצחק אייזיק הלוי הערצאג, דער הויפט רב פון ישראל, חוקר געווען די ענין פון תכלת, און ער האט ממציא געווען א נייעם השערה איבער דעם חלזון, ער אליינס איז האט אבער ווייטער אנגעטון ראדזינער תכלת. אויך האט הרב מנחם מענדל כשר געשריבן א ספר וועגן תכלת.

אין צוגאב צו דעם ראדזינער'ס תכלת, איז פאראן נאך א סארט תכלת, וועלכער איז אין די לעצטע 15 יאר שטארק אויפגעכאפט געווארן אין ארץ ישראל, פון א בעל חי וואס הייסט מורעקס.


רעפערענצן

  1. במדבר ט"ו ל"ח
  2. חולין פט
  3. רמב"ם פ"ב הל' ציצית ה"ב
  4. בבא מציעא ס"א
  5. מנחות מ"ב
  6. מנחות ל"ח

וועבלינק