רוי:שרה

פון המכלול
ווערסיע פון 10:55, 16 דעצעמבער 2021 דורך YI>יגל וישמח
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אברהם אבינו מיט שרה אמנו (געמעל)

שָׂרָה אמנו איז געווען די ווייב פון אברהם אבינו, זי איז געווען איינע פון די ארבע אמהות.

זי האט ארגינעל געהייסן שָׂרַי, און גאט האט געטוישט איר נאמען צו שרה.

אויך ווערט זי אנגערופן מיטן נאמען יִסכָּה, וואס מיינט "קוקן", צוליב וואס זי איז געווען זייער א שיינע פרוי, און פרעמדע מענטשן האבן געקוקט אויף איר מיט גליסטעניש.

זי האט אויף א וואונדערלעכן אופן געשוואנגערט אין געבוירן איר איינציגן זון יצחק ביי די ניינציג יאר.

זי איז געשטארבן אין קרית ארבע אויף דער עלטער פון 127 יאר, און מען האט איר באגראבן אין מערת המכפלה.