רוי:שעפילד
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
שעפילד (ענגליש: Sheffield) איז א שטאט אין דרום יארקשיר, ענגלאנד. זי ליגט אויף דעם שיף טייך פון וואנעט זי נעמט איר נאמען. די באפעלקערונג פון דער שטאט איז בערך 534,500 (געשאצט 2008).
די שטאט איז לאנג באקאנט פאר טיש באשטעק. אין די 19טן און 20סטן יארהונדערטער איז שעפילד געווען א וועלטס צענדער פאר שטאָל פראדוקציע. מען מאכט באשטעק אין שעפילד פון לאנגע יארן; שוין אין דער מיטל־אלטער ווערט דערמאנט א מעסער געמאכט אין שעפילד.
אין 1740 האט בענזשעמין האנטסמאן אנטדעקט דעם קרוציבל טעכניק פון מאכן שטאָל, אין 1856 האט הענרי בעסעמער דערפינדן דעם בעסעמער קאנווערטירער שטאל־מאכן אויוון; בעסעמער האט זיך געצויגן קיין שעפילד צו מאכן שטאל. דערנאך אין 1912 האט הערי ברירלי דערפינדן זשאווערפריי שטאל אין שעפילד.