רוי:שמואלי אונגאר

פון המכלול
ווערסיע פון 12:43, 22 נאוועמבער 2022 דורך צמא לדעת (שמועס | ביישטייערונגען) (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

 

שמואלי אונגאַר איז א פאפולערער חסידישער אמעריקאנער זינגער.

ביאגראפיע

אונגער איז געבוירן געוואָרן (אַרום 1990) אין קרית יואל, מאָנראָ, וווּ ער איז געבילדעט אין סאטמארער אינסטיטוציעס. ער האָט ווייטער געלערנט אין א ישיבה אין לאנדאן[1] און אין פאָרשעי ישיבה אין מאָנסי. אלס בחור פון פערצן יאר איז ער א יתום געווארן פון זיין פאָטער.

אונגאר האָט אָנגעהויבן זײן קאַריערע אין דער חתונה פון זײן שוועסטער, אויף דער בקשה פון זיין זיידע,[2] דערנאָך איז ער ווייטער אנגעגאנגען ביי חתונות וואָס זענען אפגעהאלטן געוואָרן לויט "חתונה תקנות" אין קרית יואל, ווי אויך אין שירה כאָר, אבער עווענטועל האט ער דאס איבערגעלאזט צו ווערן אן אומאפהענגיגער סאלא זינגער.

אין 2016 האט ער ארויסגעגעבן דער ערשטער אלבאם שמואלי 2 געשאפן דורך נפתלי שניצלער וואָס איז געווען אַ גרויס הצלחה, נאכגעגאנגען דורך נאָך צוויי אַלבומס וואָס זענען אויך געווען אַ סוקסעס.

אונגאר האָט אין 2017 דורכגעפירט אין די בניני האומה אין ירושלים פאר אַן עולם פון טויזנטער מענטשן.[3][4]

דיסקאָגראַפיע

ער האט שוין ארויסגעגעבן דריי אלבאמען.

  • שמולי 2 (2016)
  • מאך א ברכה (2018)
  • ברכה און נחת (2018)
  • On Stage (על הבמה) (2019)
  • מדרגות (2020)

קליפּס און סינגלס

לינקס

רעפערענצן

מוסטער:ייד-ביא-שטומף