רוי:רבי שלמה הכהן ראבינאוויטש
רבי שלמה הכהן ראבינאוויטש זצ"ל (ה'תקס"א - כ"ט אדר ה'תרכ"ו), דער ערשטער ראדאמסקער רבי. באקאנט אלס דער תפארת שלמה.
אפשטאם
רבי שלמה איז געבוירן צו זיין פאטער הרב דוב צבי הכהן רב אין וולאשצאווי. אין צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב שלמה פון פינטשאוו דער פארפאסער פון ספר ויקהל שלמה.
רבנות
רבי שלמה איז געווען א תלמיד פון רבי מאיר פון אפטא, רבי פישל סטריקאווער און רבי ישעיה פון פשעדבארזש.
ער איז אויך געווען א תלמיד פון הרב יחזקאל פון קאזמיר. ער האט געהאלטן שטארק פו זינגען ניגונים. ער האט אמאל געזאגט אז א נייער ניגון אויף יו"ט איז גענוי אזוי ווי א נייער אתרוג אויף סוכות.
אום יאר ה'תקצ"ב האט די קהילה פון ראדאמסק גערופן רבי שלמה צו ווערן זייער שטאטס רב; די יידישע קהילה איז דעמאלטס געציילט פֿיר הונדערט פארשוין. די יידן האבן געוואוינט אין דער פארשטאטר בּוּגָי, וואס איז געווען געשיידט פון דער שטאט מיט א טויער. ווען רבי שלמה איז געווארן רב האבן די געסעלעך פון ראדאמסק אנגעהויבן זיך אנפילן מיט הונדערטער חסידים, וואס זענען געקומען צו הערן תורה פון רבי שלמה. ער האט זיך דערקעגנט צו ווערן א רבי אבער די חסידים האבן דאס פארלאנגט און בלית ברירה איז ער געווארן אן אדמו"ר. אזוי האט ער געגרינדעט דאס חסידות פון ראדאמסק.
אום יאר תר"ג איז נפטר געווארן דער גרויסער רבי, רבי דוב בער פון ראדאשיץ, איינער פון די רבי'ס פון רבי שלמה. אסאך פון זיינע חסידים האבן אנגעהויבן פארן קיין ראדאמסק און מקבל געווען אויף זיך הר"ר שלמה אלס זייער רבי.
אום אסרו חג פון פסח תר"ח איז נפטר געווארן דער אלטער ווארקער רבי זצ"ל. נאך זיין פטירה האבן א טייל פון זיינע חסידים אויך אנגעהויבן פארן קיין ראדאמסק.
די הנהגה פון רבי שלמה כלפי זײַנע חסידים איז געווען אין אן אופן פון גרויס געדולד, אויף יעדער זאך האט ער געטראפֿן א פאסיגע עצה, סײַ אין ענינים פון פריוואטע מענטשן און סײַ אין ענינים צו טון מיטן כלל.
צווישן זיינע חסידים איז געווען הר"ר חיים דוד בערנהארד, דער "רבי דאקטאר".
הסתלקות
רבי שלמה איז נפטר געווארן פֿרײַטאג כ"ט אדר ה'תרכ"ו, און די לויה איז פארגעקומען דעם זעלבן טאג.
פאמיליע
פון זיינע קינדער:
- הרב אריה לייביש הכהן ראבינאוויטש ( - כ"א מנחם אב ה'תר"ן), פון ראדאמסק.
- הרב צבי מאיר הכהן ראבינאוויטש ( - ד' מנחם אב ה'תרס"ב), רב אין ראדאמסק.
זיינע ספרים
- תפארת שלמה - על התורה און מועדים