רוי:רבי שלום שכנא פון פראהבישט

פון המכלול
ווערסיע פון 09:24, 5 אויגוסט 2013 דורך YI>פוילישער
(חילוק) → עלטערע ווערסיע | איצטיגע ווערסיע (חילוק) | נייערע ווערסיע ← (חילוק)
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש

רבי שלום שכנא פון פראהבישט (ה'תקכ"ט - י"ד תשרי ה'תקס"ג) איז געווען א זון פון רבי אברהם המלאך און דער טאטע פון רבי ישראל פון רוזשין. ער איז נסתלק געווארן ערב סוכות תקס"ג.

ביאגראפיע

רבי שלום שכנא איז געבוירן אין מעזריטש (היינט אוקראינע) צו זיין פאטער רבי אברהם המלאך פון כוואסטאוו און זיין מוטער, א טאכטער פון רבי פייוויש פון קרעמניץ, דער "משנת חכמים". אום י"ב תשרי תקל"ח, ביי דער עלטער פון אכט יאר, איז ער פאר'יתומם געווארן פון זיין פאטער. זיין מוטער האט נישט חתונה געהאט נאכאמאל, און האט אים געשיקט מיט זיין עלטערן ברודער ישראל חיים צו רבי שלמה פון קארלין אז ער זאל זיי מחנך זיין צו תורה און חסידות.

ער האט חתונה געהאט מיט חוה,טאכטער פון רבי אברהם פון קאריסטשאוו, דער איידעם פון רבי מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל, וואס איז געווען אין יענער צייט מגיד אין פראהבישט. ווען רבי מנחם נחום האט האט איבערגענומען דאס מגידות אין טשערנאבל, איז רבי שלום שכנא געווארן מגיד אין פראהבישט. צווישן זיינע תלמידים ווערט גערעכנט רבי נתן בראסלעווער. מוסטער:רב-שטומף