רוי:שופר
שופר איז א הארן פון א ווידער מיט וואס מען איז מקיים די מצוה פון תקיעת שופר אום ראש השנה. אויך פירט מען זיך צו בלאזן דערמיט יעדן אינדערפרי אין חודש אלול (אויסער ערב ר"ה) כדי צו ערוועקן דאס הארץ צו תשובה, און אויך צו זיך איינגעוואוינען אויף ראש השנה.
אויך יום כיפור בלאזט מען שופר נאך נעילה.
אין די צייטן ווען יובל איז נוהג געווען, האט מען געבלאזן שופר יום כיפור פון יובל אלס סימן פון באפרייען די עבדים.
כאראקטורן
א שופר איז געמאכט פון א הארן פון א ווידער. מען ווייקט עס אויס און מען רייניגט עס אויס פון אינווייניג.
געוואנדן לויטן פארעם פונעם שופר קען עס זיין שווערער אדער גרינגער צו בלאזן.
הלכות
א שופר וואס איז געשפאלטן אין די לענג איז פסול.
א שופר וואס מ'טשעפעט צו סיי וועלכע מאטריאל ביים פּיסק איז פּסול ווייל עס פארענדערט די קול.
בלאזן
צו בלאזן א שופר דריקט מען דעם שמאלן זייט פונעם שופר צום מויל און מען קאנצענטרירט די גאנצע בלאז-קראפט אינעם שופר.
וועבלינקען
ווידעא: הערט זיך צו צום קול שופר.
וויקימעדיע פונדאציע פּראיעקטן |
---|
בילדער און מידיע אויף וויקימעדיע קאמאנס: שופר |