רוי:רבי אברהם ראפאפארט
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
דער אַרטיקל איז א יתום, קיין אַרטיקל לינקט צו עס. איר זענט געלאדנט צו ביישטייערן צו המכלול און פארבינדן צו עס פון ארטיקלען וואס אנטהאלטן "רבי אברהם ראפאפארט".
טעטיקייט ארט | לאנדאן |
---|---|
באשעפטיגונג | דיינות |
אמטן | רב, מגיד שיעור |
זיינע רביס | דוד בליאכער, אברהם יפה'ן, יחזקאל אבראמסקי |
חיבורים | שו"ת באר אברהם |
הרב אברהם ראפאפארט (ה'תרס"ט, 1908 - ח' תשרי תשל"ד, 1973) איז געווען א דיין אינעם לאנדאנער בית דין פון ק"ק כנסת ישראל, די ארטאדאקסישע קהילה אין לאנדאן.
לעבנסגעשיכטע
הרב אברהם איז געבוירן געווארן אין אוקראינע אין תרס"ט. ער האט געלערנט אין נאווהארדאק. אין תרצ"א האט ער זיך באזעצט אין לאנדאן און האט באקומען א רבנות שטעלע אין דער חב"ד שול אין דעם איסט ענד פון לאנדאן. אין תש"ו איז ער געווארן א מגיד שיעור אין דער עץ חיים ישיבה (וואו רבי אליה לאפיאן איז געווען ראש ישיבה).
אין תשי"ג האט מען אים באשטימט א דיין אין דעם לאנדאנער בית דין.
ער איז נפטר געווארן אין לאנדאן אין תשל"ד און מען האט אים געפירט צו קבורה אין הר הזיתים.
משפחה
זיינע קינדער:
- הרב בצלאל ראפאפארט אין בירושלים
- הרב ברוך ראפאפארט, זייט תשמ"ח א דיין אין דעם יאהאנעסבורג בית דין
- הרב יעקב מרדכי ראפאפארט, ראש ישיבה פון "לב אריה" אין ירושלים
- די ווייב פון הרב יהושע קארלינסקי, ראש כולל פון "באר אברהם" (אויפן נאמען פון הרב אברהם ראפאפארט) און ראש ישיבה פון "נחלת אשר" אין ירושלים.
ספרים
- שו"ת באר אברהם