רוי:רוזשין
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
רוזשין (אוקראיניש: Ружин; פּויליש: Rużyn; רוסיש: Ружин) איז א יישוב אינעם זשיטאמירער אבלאסט, אוקראינע, 25 ק"מ צפון פון פראהבישט און 30 ק"מ מערב פון סקווירא.
היסטאריע
דער יישוב האט פריער געהייסן שערביוו, דארט האבן געוואוינט א מאנגאלער כאן מיט זיינע 13 שקלאפן. בערך אין יאר 1400 האבן די אדעלן פון ליטע געהערשט איבער דעם קיעוון רוס; שפעטער איז דאס געווארן א טייל פון דער פוילישער-ליטווישער קאמאנוועלט.
אין 1596, א פוילישער אדלמאן, גראף קיריק רוזשינסקי האט געענדערט דעם נאמען פון דער שטאט פון שערביוו אויף רוזשין.
ביזן ערשטן וועלט קריג איז רוזשין געווען אין דער קיעווער גובערניע, רוסלענדישע אימפעריע.