רוי:רבי אלעזר בן יהודה איש ברתותא
רבי אלעזר בן יהודה איש ברתותא, איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט פינף מאל אין משניות.
זיין צייט
רבי אלעזר בן יהודה איש ברתותא איז געווען פון דריטן דור תנאים, ער איז געווען א תלמיד פון רבי יהושע בן חנניה, און א חבר פון רבי עקיבא.[1]
איבער אים
רבי אלעזר בן יהודה איש ברתותא האט פארטיילט אויף צדקה אלס וואס ער האט געהאט, די גבאי צדקה פלעגן זיך דערפאר באהאלטן פון אים. [2]
אין משניות
- מסכת אבות פרק ג' משנה ז', רבי אלעזר איש ברתותא אומר, תן לו משלו, שאתה ושלך שלו וכו'
- אין שנויי נוסחאות ווערט געברענגט פון פארשידענע כ"י רבי אלעזר בן יהודה איש ברתותא
- מסכת זבים פרק א' משנה א', אמר רבי אלעזר בן יהודה, מודים בית שמאי בזה וכו' תוספתא
- פון תוספתא זבים ווייזט אויס אז דאס איז רבי אלעזר בן יהודה איש ברתותא
- מסכת טבול יום פרק ג' משנה ד', עסה שהכשרה וכו', רבי אלעזר בן יהודה איש ברתותא אומר משום רבי יהושע, פסל את כולה, רבי עקיבא אומר משמו וכו'
- מסכת טבול יום פרק ג' משנה ה', ירק של חלין וכו'רבי אלעזר בן יהודה איש ברתותא אומר משום רבי יהושע, פסל כלו, רבי עקיבא אומר משמו וכו'